2 קירבעסן
1/2 טעפּל מאַרגאַרין אָדער קאָקאָסנוס־בוימל
2 טעפּלעך אָפּגעשיילטע צעהאַקטע עפּל
1 טעפּל צעהאַקטע פּעקאַנען
1/4 טעפּל געטריקנטע זשורעכלינעס
2 לעפֿעלעך צימערינג
1/2 לעפֿעלע מושקאַט
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
2 לעפֿעלעך לימענע־זאַפֿט
הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס).
צעשנײַדט די קירבעסן אויף דער העלפֿט און נעמט אַרויס די קערעלעך.
לייגט די פֿיר העלפֿטן אַרײַן אין אַ בעקן, מיט דער אָפֿענער זײַט אַראָפּ. באַקט עס 45 מינוט אָדער ביז עס ברוינט זיך צו אַ ביסל בײַ די עקן.
ניצנדיק אַ לעפֿל, קראַצט אויס דאָס אָפּגעבאַקענע פֿרוכטפֿלייש פֿון די פֿיר קירבעס־העלפֿטן, אָבער גיט אַכטונג נישט צו צערײַסן דאָס שאָלעכץ. גיט דאָס פֿרוכטפֿלייש אַרײַן אין אַ שיסל, און מישט עס אויס מיטן מאַרגאַרין אָדער קאָקאָסנוס־בוימל, צעריבענעם עפּל, פּעקאַנען, זשורעכלינעס, צימערינג, מושקאַט, זאַלץ און לימענע־זאַפֿט.
לייגט דאָס געמיש צוריק אַרײַן אין די פֿיר אויסגעליידיקטע קירבעס־העלפֿטן. באַשפּרענקלט זיי מיט נאָך אַ ביסל מושקאַט.
העכערט די היץ פֿונעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס). לייגט די געפֿילטע קירבעסן צוריק אַרײַן אינעם בעקן און באַקט זיי נאָך 10 מינוט אָדער ביז דאָס פֿילעכץ ברוינט זיך צו אַ ביסל.