ווען מײַנע קינדער זענען געווען קליין, האָב איך יאָרן לאַנג געאַרבעט אין ייִדישע זומער־לאַגערן, און איך געדענק ווי יעדן אינדערפֿרי האָבן זיך בײַ דער אַמבולאַטאָריע אויסגעשטעלט צענדליקער קעמפּערס (כּמעט אַלע פֿון זיי — ייִנגלעך), כּדי אײַנצונעמען זייער טעגלעכע דאָזע פֿון „ריטאַלין‟, „אַדעראָל‟ און אַנדערע ערנסטע מעדיקאַמענטן, וואָס באַהאַנדלען די סימפּטאָמען פֿון ADHD (Attention Deficit Hyperactivity Disorder): שוועריקייטן בײַם אײַנזיצן אויף אַן אָרט, אָדער בײַם קאָנצענטרירן זיך אויף געוויסע אויפֿגאַבעס, און אַ טענדענץ צו זוכן כּסדר עפּעס נײַס צו טאָן.
ADHD איז הײַנט דער פֿאַרשפּרייטסטער פּסיכיאַטאָרישער דיאַגנאָז פֿון יונגע לײַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. 11% פֿון די קינדער צווישן 4 און 17 יאָר האָבן שוין באַקומען אַזאַ דיאַגנאָז.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 10 יאָר איז די צאָל קינדער מיט ADHD אַזוי שטאַרק געשטיגן, אַז געוויסע פּסיכאָלאָגן האָבן שוין אָנגעהויבן צו פֿרעגן, צי איז עס טאַקע אַ קראַנקייט? אפֿשר איז עס פּשוט אַ סאָרט פּערזענלעכקייט, וואָס פּאַסט זיך נישט צו צו אונדזער הײַנטיקער קולטור? אָדער ווי מײַן מאַן האָט נישט איין מאָל געזאָגט וועגן אַזוינע קינדער: „הײַנט זאָגט מען, אַז זיי לײַדן פֿון ADHD. מיט יאָרן צוריק וואָלט מען געזאָגט, אַז זיי זענען סתּם ייִנגלעך, ווי אַלע ייִנגלעך…‟
אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ לעצטנס, האָט דער מחבר, ריטשאַרד פֿרידמאַן, דערקלערט, אַז די „אומרויִקע‟ פּערזענלעכקייט, וואָס קריגט הײַנט אָפֿט אַ דיאַגנאָז ADHD, האָט אַמאָל געהאַט אַ גאָר אַנדערן שם.
אַז מע שטודירט דעם פּרעהיסטאָרישן בן־אָדם, דערוויסט מען זיך, אַז במשך פֿון זײַן מיליאָנען־יאָריקער אַנטוויקלונג, האָט ער געלעבט ווי אַ נאָמאַדישער יעגער. ער האָט זיך געדאַרפֿט צופּאַסן צו אַ נאַטור־סבֿיבֿה, וואָס איז געווען אַזוי נישט־סטאַביל און געפֿערלעך, אַז ער האָט קיין מאָל נישט געוווּסט, ווען ער וועט געפֿינען עפּעס צו עסן, אָדער צי ער וועט בכלל לעבן נאָך אַ טאָג. אין אַזוינע באַדינגונגען, זענען יענע מענטשן, וועלכע האָבן נישט געקענט אײַנזיצן אויף אַן אָרט און האָבן שטענדיק געזוכט נײַע סטימולן, געווען די, וועלכע זענען געבליבן לעבן. אַ דאַנק אַזוינע שטריכן, האָט אַ מענטש גיכער געקענט געפֿינען אַ געשמאַק שטיקל פֿלייש אָדער, להבֿדיל, אַ „זיווג‟, איידער אַ מענטש, וועלכער האָט מורא געהאַט אַרײַנצוטרעטן אין דער ווילדער סבֿיבֿה. מיט אַנדערע ווערטער, אַ מענטש וואָס מע זאָגט הײַנט, אַז ער לײַדט פֿון ADHD, וואָלט אין די פּרע־היסטאָרישע צײַטן באַטראַכט געוואָרן פֿאַר אַ סוקצעס.
מיט בערך 10,000 יאָר צוריק האָט דער בן־אָדם אָבער אָנגעהויבן אַ נײַעם מין לעבנס־שטייגער: אַגריקולטור. אַנשטאָט זיך אויסצולעבן ווי אַ נע־ונדניק און יעגער, האָט ער זיך איצט באַזעצט אויף אַן אָרט, פֿאַרזייט געוויקסן און אָנטייל גענומען אין מיסחר. בײַ די אַווענטורע־זוכנדיקע נע־ונדדיקעס איז אַזאַ לעבן געווען דווקא זייער נודנע און במילא שווערער.
אַ סך פֿון די קינדער וואָס נעמען הײַנט אײַן מעדיקאַמענטן קעגן ADHD, האָבן באַקומען דעם דיאַגנאָז פּשוט, ווײַל זייערע עלטערן און לערער האָבן זיך נישט געקענט אַן עצה געבן מיט זייער אימפּולסיווקייט און מיט זייער נטיה שטענדיק אויסזוכן נײַע סטימולן. נאָך מער שאָקירנדיק איז, אַז מער ווי 10,000 צוויי־ און דרײַ־יאָריקע קינדערלעך קריגן הײַנט „ריטאַלין‟ און אַנדערע ערנסטע מעדיקאַמענטן דערפֿאַר.
צום טייל, איז דער וואַקסנדיקער דיאַגנאָז פֿון ADHD אַ רעזולטאַט פֿונעם דרוק פֿון דער פֿאַרמאַצעווטישער אינדוסטריע. די פֿירמעס ווילן פֿאַרקויפֿן זייער סחורה, רעדן זיי אײַן די דאָקטוירים וועגן דער „נייטיקייט‟ צו העלפֿן קינדער, וואָס ווײַזן אַרויס סימנים פֿון ADHD.
אַנדערע באַשולדיקן די לערער: זיי גיבן די קינדער צו פֿיל היימאַרבעט, און דערפֿאַר קענען זיי נישט אײַנזיצן, כאָטש אַ ריי שטודיעס האָבן שוין באַוויזן, אַז די צאָל שעהען פֿון היימאַרבעט, וואָס מע גיט הײַנט די מיטלשול־קינדער איז די זעלבע ווי ס׳איז געווען מיט 30 יאָר צוריק.
פֿרידמאַן האַלט, אַז די הויפּט־סיבה פֿאַר דעם גיכן וווּקס פֿונעם ADHD־דיאַגנאָז איז די ריזיקע אַטראַקציע (און מע קען אויך זאָגן — „דיסטראַקציע‟) פֿון דער הײַנטיקער דיגיטאַלישער וועלט. אין פֿאַרגלײַך מיט דער טראַדיציאָנעלער שול־דערציִונג, וואָס פֿאַרלאָזט זיך, בדרל־כּלל, אויף ביכער, קען אַ קינד הײַנט קריגן ס׳רובֿ פֿון זײַן אינפֿאָרמאַציע דורך דער אינטערנעץ, און אַפֿילו דורך זײַן מאָבילקע, וואָס איז אַוודאי אַ סך גיכער און לעבעדיקער. נישט קיין חידוש, אַז קינדער וועלן הײַנט זײַן ווייניקער גענייגט אײַנצוזיצן לאַנגע שעהען אין קלאַס. די לערער, וואָס דאַרפֿן זיך ראַנגלען מיט זייער אומרויִקייט, וועלן דעריבער זײַן מער גענייגט פֿאָרצולייגן זײַנע טאַטע־מאַמע, אַז מע זאָל אים מאַכן אַ טעסט פֿאַר ADHD.
נאָך אַן אינטערעסאַנטער פּונקט, וואָס דער מחבר באַטאָנט, איז דער פֿענאָמען, אַז די דערוואַקסענע באַקומען דעם דיאַגנאָז פֿון ADHD אַ סך ווייניקער ווי קינדער — בלויז 3־5 פּראָצענט. ווי קען דאָס זײַן? קען מען פּשוט „אַרויסוואַקסן‟ דערפֿון? פֿרידמאַן לייגט פֿאָר אַ צווייטע סיבה: דערוואַקסענע מענטשן האָבן אַ סך מער פֿרײַהייט אויסצוקלײַבן די סבֿיבֿה, וווּ זיי וווינען און וווּ זיי אַרבעטן, ווי קינדער. אַ קינד וואָס קען נישט אײַנזיצן אין קלאַס וועט מסתּמא נישט ווערן קיין חשבון־פֿירער, נאָר גיכער אַן אונטערנעמער, אַ מאָלער אָדער אַ סטאָליער.
אויב אַזוי, ווי אַזוי זאָלן מיר טאַקע באַהאַנדלען די קינדער מיט ADHD? פֿרידמאַן זאָגט נישט, אַז מע זאָל אין גאַנצן אויפֿהערן געבן זיי „ריטאַלין‟ אָדער „אַדעראָל‟, ווײַל צום גרויסן טייל, העלפֿט עס זיי זיך צו קאָנצענטרירן. אָבער אַחוץ דעם, זאָל מען די קינדער אַרײַנגעבן אין די שולן, וואָס זענען בעסער צוגעפּאַסט צו זייער אַווענטורע־זוכן, פּונקט אַזוי ווי די דערוואַקסענע קלײַבן אויס שטעלעס, וווּ זיי וועלן צום בעסטן קענען מצליח זײַן; שולן מיט קליינע קלאַסן, וווּ מע מוטיקט די קינדער זיך צו לערנען דורך פּראַקטישער דערפֿאַרונג, און דורך קאָמפּיוטער־אויפֿגאַבעס, וואָס העלפֿן צו אַנטוויקלען ספּעציפֿישע פֿעיִקייטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.