די ייִדן, וועלכע גייען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אין שיל, זענען שוין צוגעוווינט, בפֿרט פֿרילינג־ און זומערצײַט, צו עסן שפּעט וועטשערע. אויב מע בענטשט ליכט אַכט אַ זייגער, קומט מען נישט צוריק פֿון דער שיל ביז 9, און ביז מע זינגט אָפּ „שלום־עליכם‟, „אשת־חיל‟, מע בענטשט די קינדער, מאַכט קידוש און המוציא, איז שוין האַלב צען.
פּסח צום סדר, הייבט מען, געוויינטלעך, נישט עסן ביז 10:30 אָדער 11:00 בײַ נאַכט.
דעם 25סטן אָקטאָבער האָט די „ניו־יאָרק טײַמס‟ אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל, וואָס האָט אַ ביסל איבערגעשראָקן די ייִדן, וואָס האָבן זיך שוין צוגעוווינט צו די שפּעטע מאָלצײַטן.
ווי עס גיט איבער ד״ר דזשיימי קאַופֿמאַן, די פֿאָרשערין, וועלכע האָט אָנגעשריבן דעם באַריכט, לײַדן בערך 40% אַמעריקאַנער פֿון זײַערס־רעפֿלעקס [acid reflux] — אַ קראַנקייט, וווּ דאָס עסן און די געטראַנקען אין מאָגן פֿליסן צוריק צו דער שפּײַזרער, שאַפֿנדיק אַ ברענעניש אונטערן האַרצן, און אַנדערע סימפּטאָמען. די אַמעריקאַנער גיבן אויס בערך 13 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר אויף מעדיקאַמענטן צו לייזן די סימפּטאָמען דערפֿון.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַסיק יאָר איז ממשותדיק געוואַקסן די צאָל מענטשן, וואָס לײַדן פֿון זײַערס־רעפֿלעקס. נאָך אַ גרעסערע זאָרג איז, אַז די קראַנקייט קאָן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ ראַק פֿון דער שפּײַזרער — אַ ראַק וואָס איז הײַנט 500 מאָל מער פֿאַרשפּרייט ווי ס׳איז געווען אין די 1970ער יאָרן.
וואָס איז שולדיק אין דעם? צום גרויסן טייל איז עס צוליב אונדזער נישט־געראָטענער דיעטע: אַ סך צוקער, סאָדע, פֿעטס און מאַסן־מאכלים. ס׳איז אָבער דאָ אַן אַנדער וויכטיקער פֿאַקטאָר, וואָס מע האָט ביז איצט פֿאַרקוקט, שרײַבט קאַופֿמאַן: די צײַט פֿון טאָג, ווען מיר עסן וועטשערע.
ווי אַ ספּעציאַליסט פֿון זײַערס־רעפֿלעקס, האָט קאַופֿמאַן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 35 יאָר שוין געזען צענדליקער טויזנטער פּאַציענטן, וועלכע לײַדן דערפֿון, און זי האָט זיי געהיילט — אָפֿט מאָל בלויז דורך בײַטן זייער דיעטע און זייער טעגלעכן רעזשים.
איין זאַך וואָס זי האָט באַמערקט איז, אַז הײַנט עסן מענטשן וועטשערע אַ סך שפּעטער ווי אַמאָל. צום טייל, איז עס ווײַל מע אַרבעט לענגערע שעהען, און ווען מע קומט אַהיים, וויל מען נאָך אַרײַנכאַפּן אַ ביסל אײַנקויפֿן און פֿיזישע געניטונגען, איידער מע זעצט זיך אַוועק עסן וועטשערע — אָפֿט מאָל אַרום 9:00 אין אָוונט, אָדער נאָך שפּעטער.
זי דערציילט וועגן דעם אייגנטימער פֿון אַ רעסטאָראַן, וועלכער האָט געליטן פֿון אַ שטענדיקן ברענעניש אין האַרצן, הייזעריקייט, סינוס־פּראָבלעמען און אַ כראָנישן הוסט. קיין מעדיקאַמענט האָט אים נישט געהאָלפֿן.
„די מעדיקאַמענטן, וואָס מע ניצט צו באַקעמפֿן דעם זײַערס־רעפֿלעקס אַרבעטן נישט יעדעס מאָל, און אַפֿילו ווען יאָ, קאָנען זיי האָבן געפֿערלעכע בײַ־עפֿעקטן,‟ האָט קאַופֿמאַן באַמערקט. „מײַן פּאַציענטס צרה איז געווען פֿאַרבונדן מיט זײַן לעבנסשטייגער. יעדן אויפֿדערנאַכט האָט ער פֿאַרמאַכט זײַן רעסטאָראַן 11:00, און ערשט געגעסן וועטשערע נאָכן אַהיימקומען; דערנאָך האָט ער זיך געלייגט שלאָפֿן. האָב איך אים געהייסן עסן וועטשערע נישט שפּעטער ווי 7:00 אין אָוונט, און אויך, אַז ער זאָל גאָרנישט עסן, ווען ער קומט אַהיים פֿון דער אַרבעט. זעקס וואָכן שפּעטער, זענען די סימפּטאָמען פֿאַרשוווּנדן.‟
אין אייראָפּע זעט מען ווייניקער פֿאַלן פֿון זײַערס־רעפֿלעקס, נישט געקוקט אויף דעם וואָס אַ סך פֿון זיי עסן דווקא אויך שפּעט. דער חילוק ליגט אָבער אין דער גרייס פֿון זייערע פּאָרציעס. אין פֿראַנקרײַך, למשל, ווען מע דערלאַגנט דיר אַ טעלערל אײַזקרעם איז עס, בסך־הכּל, אַרום אַ דריטל טעפּל; אין אַמעריקע גיט מען דיר דרײַ מאָל אַזוי פֿיל.
דערצו עסן אַ סך מענטשן בכלל נישט קיין פֿרישטיק, און געוויינטלעך — בלויז אַ קליינעם מיטאָג. ווען זיי קומען אַהיים זענען זיי גוט אויסגעהונגערט; דעריבער איז וועטשערע געוואָרן די גרעסטע מאָלצײַט פֿון טאָג. און דערנאָך לייגט מען זיך אַוועק אויף דער סאָפֿע קוקן טעלעוויזיע — אויך אַ פּראָבלעם, ווײַל נאָכן עסן איז זייער וויכטיק צו זיצן גלײַך, און נישט האַלב־ליגנדיק, כּדי דאָס עסן און די געטראַנקען אין מאָגן זאָלן פֿליסן אַראָפּ אינעם גוף, און נישט צוריק צו דער שפּײַזרער.
דערפֿאַר, עצהט קאַופֿמאַן, דאַרף מען אויך אויסמײַדן אַ דעסערט אָדער אַן אַנדער נאַש פֿאַרן שלאָפֿן גיין. יענע שפּײַזן האָבן געוויינטלעך אַ סך קאַרבאָהיטראַדטן און פֿעטס, וואָס שטערן צו פֿאַרדייען דאָס עסן. צוליב דעם דאַרף מען אויך אויסמײַדן מינץ־צוקערקעס, שאָקאָלאַד, סאָדע און משקה.
„אויב מיר ווילן אָפּשטעלן דעם גרויסן וווּקס פֿון זײַערס־רעפֿלעקס אין אונדזער געזעלשאַפֿט, וועלן מיר זיך מוזן אויסלערנען צו עסן אונדזער לעצטע מאָלצײַט מער ווי דרײַ שעה, איידער מיר לייגן זיך שלאָפֿן,‟ דערקלערט קאַופֿמאַן. „דאָס מיינט, אַוודאי, בײַטן אונדזער טעגלעכן רעזשים: עסן יעדן טאָג אַ געזונטן פֿרישטיק און מיטאָג, און אויסמײַדן די שטאַרק־זיסע און פֿעטע געטראַנקען און צובײַסנס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.