1). אײַערע קינדער ווילן שטאַרק רעדן וועגן די פּראָבלעמען אין דער משפּחה, וואָס זיי פֿאַרשטייען נישט. „איר מיינט טאַקע, אַז קיינער ווייסט נישט וואָס עס טוט זיך בײַ אײַך אין דער היים?‟ — האָט איין שול־דירעקטאָר געפֿרעגט. „מיר הערן וועגן אײַערע פֿינאַנציעלע צרות, די קריגערײַען, אײַער אַלקאָהאָל־פּראָבלעם. מיט דער צײַט דערוויסן מיר זיך מער וויפֿל מיר ווילן וויסן.‟
אַ לערער גיט צו: „קינדער דערציילן אונדז אָפֿט, וואָס עס טוט זיך אין דער היים — וועגן געלט, רעליגיע, פּאָליטיק, אַפֿילו אײַערע מעדיצינישע אָפּעראַציעס.‟
2). אײַערע קינדער פֿירן זיך אויף גאָר אַנדערש, ווען איר זענט נישטאָ. „אײַער קינד איז אַ סך ווייניקער שעמעוודיק — און אַ סך מער פֿעיִק — ווי עס דאַכט זיך אײַך,‟ האָט באַמערקט אַ קעמפּ־אויפֿפּאַסער.
3). אַלע קינדער — אַפֿילו די געראָטענע תּלמידים — זאָגן אַמאָל ליגנס טאַטע־מאַמע. „מיינט נישט, אַז אײַער קינד זאָגט אײַך קיין מאָל נישט קיין ליגן,‟ האָט אַ שול־דירעקטאָר געזאָגט. „אַלע קינדער מאַכן טעותן, און די בעסטע תּלמידים זענען דווקא די, וועלכע שרעקן זיך צום מערסטן צו דערציילן די עלטערן, אַז זיי זענען דורכגעפֿאַלן אַן עקזאַמען.‟
4). אײַערע קינדער ווילן נישט, אַז איר זאָלט זײַן אַ מבֿין אין אַלץ. „קינדער ווילן בפֿירוש נישט, אַז זייערע עלטערן זאָלן זײַן עקספּערטן אין ספּאָרט,‟ האָט באַמערקט אַ טרענירער. „איך האַלט, אַז איין סיבה פֿאַר וואָס לאַקראָס איז הײַנט געוואָרן אַזוי פּאָפּולער איז ווײַל די קינדער ווייסן, אַז זייערע עלטערן פֿאַרשטייען בכלל נישט דעם ספּאָרט, וועלן זיי בלויז זיך צוקוקן צום מאַטש, און נישט מאַכן קיין באַמערקונגען.‟
5). אײַערע קינדער פֿאַרברענגען ווייניק צײַט מיט די ביכער. „ס׳רובֿ קינדער שטודירן נישט דעם מאַטעריאַל אַזוי אָפֿט ווי זיי זאָגן,‟ גיט איבער אַ פּריוואַטער לערער. „זייער אָפֿט קען איך דערקענען, אַז די איינע שעה אַ וואָך, וואָס איך העלף אַ תּלמיד, איז מסתּמא די איינציקע שעה, וואָס ער האָט טאַקע געאַרבעט אויף דעם לימוד.‟
6). בײַ אײַער קינד פֿעלן געוויסע וויכטיקע לעבנס־פֿעיִקייטן. „נאָך דער שול פֿלעגן קינדער אַמאָל זיך שפּילן מיט פֿרײַנד אין דרויסן, און אַליין לייזן די קאָנפֿליקטן מיט זיי,‟ האָט איין לערער געזאָגט. „הײַנט פֿאַרברענגט אַ קינד אַזוי פֿיל צײַט פֿאַרן קאָמפּיוטער און טעלעוויזאָר, אַז ער ווייסט ממש נישט ווי אַזוי צו קאָמוניקירן מיט אַנדערע. אויב אַ צווייט קינד באַליידיקט אים, לויפֿט ער צו דער לערערין, כּדי זי זאָל לייזן דעם קאָנפֿליקט.‟
7). אײַערע קינדער קענען זיך נישט גוט קאָנצענטרירן. „ס׳איז זייער שווער איבערצוצײַגן די הײַנטיקע קינדער זיך צו פֿאָקוסירן אויף אַ געוויסער אַקטיוויטעט,‟ האָט אַ טרענירער געזאָגט. „ערשט לעצטנס האָב איך דערזען ווי מײַנע שפּילער שיקן טעקסטלעך צו זייערע פֿרײַנד, פּונקט איידער דער מאַטש הייבט זיך אָן. און פֿאַראַיאָרן האָב איך געמוזט אַהיימשיקן אַ שפּילער, ווײַל ער האָט באַהאַלטן אַ מאָבילקע אין זײַן זאָק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.