מיר האָבן שוין אַלע געזען אין די האָליוווּד־פֿילמען, ווי עס זעט אויס אַ האַרץ־אַטאַק: דאָס פּנים פֿאַרקרימט זיך, מע כאַפּט זיך אָן בײַם ברוסטקאַסטן און מע חלשט אַוועק. אין אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ לעצטנס, האָט די שרײַבערין, מאַרטאַ ווײַנמאַן ליר, דערציילט אַ געשיכטע, וואָס יעדער איינער וואָלט עס געדאַרפֿט לייענען, ווײַל עס אַנטפּלעקט אַ זאַך, וואָס ווייניק מענטשן ווייסן — בלויז די מאַנצבילן האָבן אַזוינע סימפּטאָמען. בײַ פֿרויען, זענען די סימנים פֿון אַ האַרץ־אַטאַק גאָר אַנדערע.
פֿרוי ליר דערציילט ווי איר מאַן, אַליין אַ דאָקטער, האָט געליטן פֿון אַ סעריע האַרץ־אַטאַקן אין די 1970ער יאָרן, ביז ער איז געשטאָרבן אין 1978. זײַנע סימפּטאָנען זענען טאַקע געווען זייער ענלעך צום „האָליוווּד־האַרץ־אַטאַק‟.
אָבער ווען זי האָט אַליין, מיט יאָרן שפּעטער, געליטן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק, איז געווען גאָר אַנדערש. „איין מינוט האָב איך זיך געפֿילט גוט, און מיט אַ מינוט שפּעטער — האָב איך דערפֿילט אַ מאָדנע פֿלאַטערניש בײַם ברוסטביין, וואָס האָט זיך אַרויפֿגערוקט צום האַלדז. כ׳האָב אָנגעהויבן ציטערן. ס׳איז מיר נישט־גוט געוואָרן און כ׳האָב אויסגעבראָכן, און דערנאָך באַקומען אַ לויזן מאָגן. אַ געמיש פֿון סימפּטאָמען, וואָס האָט זיך מיר אויסגעדאַכט ווי אַ גריפּע, אָדער ווי כ׳וואָלט אויסגעטרונקען אַ ביסל צו פֿיל ווײַן. האָב איך געפֿרעגט בײַ מײַן צווייטן מאַן: ׳קאָן דאָס זײַן אַ האַרץ־אַטאַק?׳ האָט ער געענטפֿערט: ׳ניין, מסתּמא אַ מאָגן־ווירוס׳.‟
דער דרוק אין ברוסטקאַסטן איז אָבער נישט אַוועק, האָט זי אָנגעקלונגען איר דאָקטער און אים דערקלערט אירע סימפּטאָמען. ווען ער האָט דערהערט, אַז זי האָט אַ לויזן מאָגן, האָט ער געזאָגט, אַז דאָס איז נישט קיין סימפּטאָם פֿון אַ האַרץ־אַטאַק, און זי קען רויִק וואַרטן. „מאָרגן אין דער פֿרי, קום צו מיר אין ביוראָ, וועלן מיר מאַכן אַן EKG.‟
דעם צווייטן אינדערפֿרי האָט פֿרוי ליר זיך טאַקע געפֿילט בעסער. זי איז סײַ־ווי געפֿאָרן צום דאָקטער צו מאַכן דעם טעסט, מיינענדיק, אַז אַלץ איז אין אָרדענונג. די רעזולטאַטן האָבן אָבער קלאָר באַוויזן, אַז זי האָט טאַקע געליטן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק, און דווקא נישט קיין קליינעם. „מײַן דאָקטער און איך זענען ביידע געבליבן געפּלעפֿט,‟ האָט זי באַמערקט.
במשך פֿון איר היילונג, האָט זי זיך דערוווּסט עטלעכע וויכטיקע זאַכן וועגן פֿרויען און האַרץ־אַטאַקן:
די הויפּט־סיבה פֿון טויטפֿאַלן בײַ פֿרויען איז נישט ברוסטראַק, ווי אַ סך מענטשן מיינען, נאָר האַרץ־אַטאַקן. נאָך מער: די צאָל פֿרויען וואָס שטאַרבן פֿון האַרץ־אַטאַקן, איז העכער ווי די צאָל טויטפֿאַלן פֿון אַלע ראַקן אין איינעם!
ווי זי האָט שוין אַליין אײַנגעזען, זענען די סימפּטאָמען בײַ אַ מאַן זייער אַנדערש ווי בײַ אַ פֿרוי. למשל:
* מאַנצבילן לײַדן פֿון אַ פּלוצעמדיקן, שאַרפֿן ווייטיק; פֿרויען — פֿון מיגל.
* פֿרויען קריגן עטלעכע „וואָרענונגען‟ עטלעכע טעג אָדער וואָכן פֿריִער: אַן אומגעוויינטלעכע מידקייט און שוואַכקייט, און שוועריקייטן בײַם שלאָפֿן.
* די סימפּטאָמען בײַ פֿרויען זענען אַזוי אומקלאָר, אַז זיי זענען בככל נישט פֿאַרזאָרגט און דערציילן עס נישט דעם דאָקטער. ווי אַ רעזולטאַט, שטאַרבן מער פֿרויען במשך פֿון אַ יאָר נאָך אַ האַרץ־אַטאַק ווי מענער.
די וויסנשאַפֿטלער פֿאַרשטייען נישט פֿאַר וואָס די סימפּטאָמען בײַ פֿרויען זענען אַזוי אַנדערש ווי בײַ מענער, און פֿרוי ליר דערקלערט, אַז צום טייל, איז עס, ווײַל די פֿאָרש־שטודיעס האָבן ביז איצט אַרײַנגענומען בלויז מענער, און צום טייל, האָט מען ביז־איצט פּשוט נישט גענומען ערנסט אין באַטראַכט די פֿרויען, וואָס דריקן אויס אַ זאָרג, אַז זיי האָבן אפֿשר געליטן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק. פֿאַרקערט — צוויי מאָל אַזוי פֿיל פֿרויען ווי מענער שיקט מען צו אַ פּסיכיאַטאָר, ווען זיי דריקן אויס אַזאַ זאָרג!
כּדי צו פֿאַרריכטן דעם גרויסן טעות, האָט דער „נאַציאָנאַלער געזונט־אינסטיטוט‟ לעצטנס געמאָלדן, אַז ער וועט אויסטיילן 10.1 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר קלינישע שטודיעס וועגן האַרץ־אַטאַקן, וועלכע נעמען אַרײַן מער פֿרויען ווי פֿריִער. דאָס וועט, האָפֿנטלעך, ברענגען מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פּראָבלעם.
דערווײַל ווייסן מיר, אַז כּמעט אַ האַלבער מיליאָן פֿרויען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לײַדן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק יעדעס יאָר. טאַקע דערפֿאַר איז זייער וויכטיק, אַז אַ פֿרוי זאָל געבראַכט ווערן אין שפּיטאָל, ווען זי פֿילט די פֿריִער־דערמאָנטע סימנים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.