ווען מע לייענט די טאָגביכער פֿון גרויסע שרײַבער, דערוויסט מען זיך ווי פֿאַרשפּרייט ס׳איז בײַ זיי געווען די טבֿע צו גיין אויף לאַנגע שפּאַצירן אין דרויסן.
אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אין The New Yorker, האָט דער וויסנשאַפֿטלעכער זשורנאַליסט, פֿעריס דזשאַבער, ציטירט דעם אַמעריקאַנער פּאָעט, הענרי דייוויד טאָראָו: „מיר דאַכט זיך, אַז באַלד ווי מײַנע פֿיס הייבן אָן זיך צו באַוועגן, הייבן אויך אָן צו פֿליסן מײַנע געדאַנקען‟, און ער גיט איבער, אַז וויליאַם וואָרדסוואָרט האָט שפּאַצירט בערך זעקס מײַל אַ טאָג — אַ זאַך, וואָס ווערט טאַקע אָפּגעשפּיגלט אין זײַנע לידער וועגן קלעטערן אויף די בערג, און לאַנגע שפּאַצירן דורכן וואַלד.
פֿאַר וואָס, אייגנטלעך, ווערט דאָס שפּאַצירן אַזוי אָפֿט פֿאַרבונדן מיטן טראַכטן און שרײַבן? צום טייל, איז עס צוליב אַ כעמישער סיבה. ווען מיר גייען אַרויס אויף אַ שפּאַציר, נעמט גיכער קלאַפּן דאָס האַרץ, בעת עס פּאָמפּעט דאָס בלוט און זויערשטאָף אַרײַן אין די מוסקלען און אין אַלע אָרגאַנען, אַרײַנגערעכנט אינעם מוח. אַ צאָל עקספּערימענטן האָבן שוין באַוויזן, אַז סײַ בעתן מאַכן פֿיזישע געניטונגען, סײַ גלײַך נאָך דעם — אַפֿילו אויב די געניטונגען זענען נישט קיין ענערגישע — קריגן מענטשן בעסערע רעזולטאַטן אויף די טעסטן פֿון זכּרון.
דאָס שפּאַצירן ווי אַ טייל פֿון אַ רוטין העלפֿט אויך צו שאַפֿן נײַע פֿאַרבינדונגען צווישן די מוח־קעמערלעך און לייגט אָפּ די פֿאַרדאָרבונג פֿון די מוח־געוועבן.
דער אופֿן ווי אַזוי מיר באַוועגן אונדזערע גופֿים ענדערט ממש דעם כאַראַקטער פֿון אונדזערע געדאַנקען, שרײַבט דזשאַבער. די פּסיכאָלאָגן, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין געניטונג־מוזיק זאָגן, אַז ווען מע הערט זיך צו צו די לידער מיט אַ גיכן טעמפּאָ, ווירקט עס אויף אונדז צו שפּאַצירן גיכער, און וואָס גיכער מיר רירן זיך, אַלץ מער ווילן מיר גיכער מאַכן די מוזיק. ווען שאָפֿערן הערן גיכע מוזיק, זענען זיי מער גענייגט צו פֿירן די אויטאָס גיכער. דאָס אַלץ ווײַזט, ווי אַזוי די סבֿיבֿה ווירקט אויף אונדזער פֿיזישן מצבֿ.
אינטערעסאַנט איז, אַז ווען מיר שפּאַצירן לויט אונדזער אייגענעם ריטעם, שאַפֿט זיך אַ מער נאַטירלעכע פֿאַרבינדונג צווישן גוף און מוח, ווי ווען מיר לויפֿן אויף אַ שפּאַן־מאַשין (treadmill), פֿירן אַן אויטאָ אָדער אַ וועלאָסיפּעד, ווײַל מיר דאַרפֿן בכלל נישט טראַכטן וועגן דעם וואָס מיר טוען. עס גייט זיך אַליין! אַזאַ אויסגעשפּאַנטע הליכה באַפֿרײַט אונדזער מוח „אַוועקצוּוואַנדערן‟, און טאַקע אין אַזאַ גײַסטיקן מצבֿ קומען אַרויס די אינאָוואַטיווסטע געדאַנקען און רעוועלאַציעס.
דאָס אָרט וווּ מע שפּאַצירט, שפּילט אויך אַ ראָלע. אין אַ שטודיע בײַם אוניווערסיטעט פֿון דרום־קאַראָלײַנע, האָבן די סטודענטן, וועלכע האָבן שפּאַצירט אין אַ באָטאַנישן גאָרטן געקראָגן העכערע רעזולטאַטן אין אַ זכּרון־טעסט ווי די, וועלכע האָבן שפּאַצירט אין די שטאָטישע גאַסן. דאָס לייגט זיך טאַקע אויפֿן שׂכל. ווען מיר זענען אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן מיט פֿאַרבײַגייער, אויטאָס און רעקלאַמעס, פֿאַרכאַפּט עס אונדזער אויפֿמערק. אויב אָבער מע שפּאַצירט בײַ אַ טײַכל אין פּאַרק, דערמעגלעכט עס דעם מוח אַליין „אַוועקצוּוואַנדערן‟ פֿון איין אימאַזש צו אַ צווייטן.
נאָך דעם, אַז מע זעצט זיך ווידער אַוועק בײַם שרײַבטיש, קענען מיר ממשיך זײַן דעם שפּאַציר פֿונעם מוח, און האָפֿנטלעך, וועלן די פֿליסיקע אימאַזשן איצט אויסגעדריקט ווערן דורך ווערטער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.