אויב איר עפֿנט אײַער פֿלאַש וואָדקע בלויז ווען עס קומען געסט, זאָלט איר וויסן, אַז די משקה האָט אַ סך אַנדערע באַנוצן, חוץ צו מאַכן אַ לחיים, און קען אײַך שפּאָרן אַ ביסל געלט דערצו:
1) דערפֿרישט די קליידער: אויב איר האָט נישט קיין צײַט צו וואַשן די קליידער יעדעס מאָל, גיסט אַרײַן וואָדקע אין אַ שפּריצפֿלעשל, און באַשפּריצט די קליידער בשעת זיי הענגען אין דער שאַפֿע. דערנאָך הענגט זיי אַרויס אין דרויסן אָדער בײַ אַ פֿענצטער, כּדי זיי זאָלן זיך אויסטריקענען. דאָס איז אויך אַ גוטער מיטל פֿאַר קליידער, וואָס איר האָט שוין לאַנג נישט געטראָגן און פֿילן זיך נאָך שימל.
2) רייניקט די פֿענצטער־שויבן: וואַרפֿט אַרויס די כעמיקאַלן! באַשפּריצט די שויבן מיט וואָדקע און ווישט זיי אָפּ מיט אַ ריינער שמאַטע.
3) רייניקט אָפּ דאָס קלעפּעכץ: ווען מע שיילט אָפּ אַ פּרײַז־עטיקעט פֿון אַ נײַ־געקויפֿטן חפֿץ, בלײַבט אָפֿט מאָל אַ קלעפּיקער סימן. רײַבט עס אָפּ מיט אַ ביסל וואָדקע, און שווענקט עס אָפּ מיט וואַסער.
4) אויב איר זעט שימל צווישן די קאַלכן אין וואַשצימער, באַשפּריצט עס מיט וואָדקע. לאָזט עס שטיין 15 מינוט, דערנאָך רײַבט עס אָפּ מיט כּוח, ניצנדיק אַן אַלט ציינבערשטל. שווענקט עס אָפּ מיט וואַסער.
5) דערפֿרישט די בלומען: אויב דער בוקעט, וואָס מע האָט אײַך געשאָנקען הייבט זיך אָן צו פֿאַרוויאַנען, מישט צונויף עטלעכע טראָפּנס וואָדקע מיט אַ לעפֿעלע צוקער, און גיסט עס אַרײַן אין דער וואַזאָנע.
6) פּוצט אָפּ די צירונג: אויב אײַערע דימענטענע רינגען זעען שוין אויס מאַט, גיסט אַרײַן אַ ביסל וואָדקע אין אַ טעלער און מישט די רינגען הין־און־קריק. טריקנט זיי אָפּ מיט אַ ריינער שמאַטע, און זיי וועלן זיך ווידער צעגלאַנצן. אויב דער רינג איז טאַקע שמוציק, לאָזט אים זיך ווייקן אַ 15 מינוט אין דער וואָדקע, און בערשט אים אָפּ מיט אַ ציינבערשטל. איר קענט דאָס אויך טאָן מיט אײַערע אַנדערע בריליאַנטן.
7) פֿאַרטרײַבט דעם ריח פֿון די פֿיס: ווייקט אײַערע פֿיס אין וואָדקע, אָדער מישט אויס וואָדקע מיט וואַסער אין אַ שפּריצפֿלעשל און שפּריצט עס גלײַך אַרײַן אין די שיך.
8) צוליב דעם הויכן פּראָצענט אַלקאָהאָל אין וואָדקע, קען זי אויך פּטור ווערן פֿון אינסעקטן. גיסט אַרײַן אַ ביסל אין אַ שפּריצפֿלעשל און באַשפּריצט די נישט־אײַנגענעמע „געסט‟ אָדער באַשפּריצט אײַער אייגענעם גוף, וועלן זיי, שיכּורהייט, זיך אַוועקטראָגן.
9) ניצט עס קעגן די סם־בלעטלעך: איינע פֿון די סכּנות פֿון גיין אויף אַ פּיקניק אָדער פֿאַרברענגען אין וואַלד איז, אַז מע קען זיך אָנשטעקן מיטן סם פֿון געוויסע בלעטער, און באַקומען דערפֿון אַ בײַסיקן אויסשיט איבערן לײַב. אויב עס באַווײַזן זיך בײַ אײַך בײַסיקע רויטע בלוטערלעך, גיסט וואָדקע גלײַך אויף דער הויט, און דער אַלקאָהאָל וועט אויסוואַשן דעם כעמישן שטאָף, וואָס איז גורם דאָס בײַסעניש.
10) אַ מיטל צו ציינווייטיק: אויב עס טוט אײַך וויי אין מויל, אָבער דער צאָן־דאָקטער קאָן אײַך נישט זען הײַנט, שווענקט אויס דאָס מויל מיט וואָדקע. דאָס וועט נישט בלויז הרגענען די באַקטעריע, אָבער אויך שטום מאַכן דעם ווייטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.