No Place Like Home

10 מיטלען צו פֿאַרבעסערן אײַער זיווג־לעבן

10 Ways to Improve Your Marriage Right Now

פֿון סאַשאַ בראַון וואָרשאַם, פֿונעם בלאָג CafeMom

  • Print
  • Share Share

דאָס צוזאַמענלעבן פֿון אַ זיווג איז נישט גרינג. ווען איר זעט פּאָרלעך, וואָס האָבן שוין דורכגעמאַכט 10, 15 אָדער 30 יאָר אין איינעם, ווייסט איר, אַז דאָס זענען מענטשן, וועלכע האָבן זיך געקריגט, געפֿונען פּשרות און געבליבן געטרײַ איינער דעם צווייטן, נישט געקוקט אויף די צרות. מע קען זיך אַ סך לערנען בײַ זיי.

ווען דאָס צוזאַמענלעבן פֿון אַ זיווג איז נישט גלאַטיק, איז עס נישט תּמיד צוליב די גרויסע פּראָבלעמען; אַ מאָל איז עס פּשוט אַ שלל מיט אָנגעזאַמלטע קליינע פֿרוסטרירונגען.

נעמענדיק דאָס אין באַטראַכט, האָב איך זיך געהאַלטן אַן עצה בײַ אַ צאָל פּאָרפֿעלקער, פֿרעגנגיק זיי: וואָס זענען די גרינגסטע אופֿנים צו פֿאַרשטאַרקן צי ליבע און דאָס זיווג־לעבן? עס רעדט זיך דאָ נישט וועגן גיין אויף טעראַפּיע, אָדער כּסדר נאָכגעבן איינער דעם צווייטן. פֿאַרקערט, סתּם עטלעכע קליינע ענדערונגען, וואָס מאַן־און־ווײַב קענען מאַכן צו פֿאַרבעסערן די שטימונג אין שטוב. אָט וואָס זיי האָבן געעצהט:

* אויב איר זעט, אַז איר זענט נישט גערעכט, לאָזט דעם צווייטן וויסן, און אַנטשולדיקט זיך.

* ווען איר קריגט זיך, שטעלט זיך פֿאָר ווי ס׳וואָלט געווען, ווען אײַער זיווג וואָלט, חלילה, ניפֿטר געוואָרן. אויב אַזאַ מעגלעכקייט רופֿט בײַ אײַך אַרויס שרעק אָדער טרויער, איז עס אַ סימן, אַז זי/ער איז אײַך נאָענט צום האַרצן.

* לאַכט מער: בײַ מיר איז דאָס דער סוד פֿון אונדזערע 10 יאָר זײַן אין איינעם. מײַן מאַן און איך וויצלען זיך אַ סך, אַפֿילו וועגן אונדזערע חילוקי־דעות. מיר קאַטשען זיך פֿון געלעכטער און האָבן באמת הנאה איינער פֿונעם אַנדערן.

* אַראַנזשירט וועכנטלעכע פּלאַניר־זיצונגען: אויב איר האָט יונגע קינדער און צוויי קאַריערעס, זענען אַזוינע וועכנטלעכע „זיצונגען‟ זייער וויכטיק, ווײַל אַזוי וועט מען זיך בעסער צעטיילן מיט דער שטוב־אַרבעט און אויסמײַדן פֿאַראיבל. ווען מאַן־און־ווײַב פֿירן דורך די טאָג־טעגלעכע אַרבעט צוזאַמען, פֿילן זיי ביידע, ווי זיי זענען אַ טייל פֿון דער זעלבער „מאַנשאַפֿט‟.

* פּלאַנירט אַ צײַט זיך צו ליבן: אַוודאי, איז מער ראָמאַנטיש, ווען מע צעקושט זיך פּלוצלינג, נישט־פּלאַנירטערהייט, אָבער ווען אַ פּאָרפֿאָלק איז שטאַרק פֿאַרנומען, איז אַזאַ צוגאַנג נישט רעאַליסטיש. האַלט אין זינען, אַז אַ פּלאַנירטער אָוונט פֿון „אינטימקייט‟ איז פֿאָרט בעסער ווי אַן אָוונט אָן דעם.

* דערציילט איינער דעם צווייטן וועגן אײַערע איבערלעבונגען: האָט איר לעצטנס געהאַט אַן אָפֿנהאַרציקן שמועס מיט אײַער קינד? אָדער געלייענט אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל? האָט אַ מיטאַרבעטער געזאָגט עפּעס נישט־פּאַסיק? וואָס מער איר שמועסט צוזאַמען, אַלץ מער וועט איר זיך דערוויסן וועגן דער וועלט — און וועגן אײַער זיווג.

* טוט אויך זאַכן באַזונדער: קיינער וויל נישט פֿאַרברענגען מיט אַ מענטש, וואָס האָט נישט קיין פֿרײַנד, אָדער קיין אייגענע צײַטפֿאַרברענגען („האָביס‟). לערנט זיך אויס נײַע זאַכן, באַקענט זיך מיט נײַע מענטשן. ס׳וועט בײַ אײַער מאַן אָדער ווײַב אַרויסרופֿן מער דרך־ארץ און אינטערעס.

* געדענקט צו באַדאַנקען איינער דעם צווייטן, אַפֿילו פֿאַר די „קליינע‟ זאַכן: אויב אײַער זיווג האָט געמאַכט אַ וועטשערע פֿאַר אײַך ביידן, אָדער אָפּגעוואַשן דעם אויטאָ, איז גוט צו זאָגן אַ דאַנק, ווײַל אַזוי פֿילט מען, אַז אַנדערע שאַצן עס אָפּ.

* שרײַט ווייניקער: קיינער זאָגט נישט, אַז איר זאָלט זיך נישט קריגן; אַ מאָל האָט מען נישט קיין ברירה. אָבער שרײַט נישט און באַליידיקט נישט דעם צווייטן, ווײַל דעמאָלט ווערט שווערער זיך איבערצובעטן.

* האַלט זיך בײַ די הענט: צי דאָס איז בעת אַ שפּאַציר, צי ליגנדיק אין בעט, איז אַ גלעט אין דער האַנט אַ גרינגער אופֿן צו זאָגן: „איך בין דײַנס, און דו ביסט מײַנס.‟