יעדער פּאַסאַזשיר אין אַן אונטערבאַן אָדער אויטאָבוס קען גוט די תּקנות: קוקט קיינעם נישט אין פּנים אַרײַן, און רעדט נישט מיט קיינעם. אַן אַרטיקל לעצטנס אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט אָבער געגעבן אָנצוהערן, אַז יענע תּקנות זענען נישט באַרעכטיקט:
צוויי פּסיכאָלאָגן, ניקאָלאַס עפּלי און דזשוליאַנאַ שרעדער, האָבן אַראַנזשירט, אַז אַ צאָל פּאַסאַזשירן אין אַ באַן־סטאַנציע אין שיקאַגע, זאָלן דווקא נישט פֿאָלגן די תּקנות. אַ טייל פֿון די פּאַסאַזשירן האָט מען געהייסן פֿאַרפֿירן אַ שמועס מיט אַ פֿרעמדן מענטשן, וואָס זעצט זיך אַוועק לעבן זיי אויף דער באַן יענעם אינדערפֿרי. די אַנדערע פּאַסאַזשירן האָט מען געהייסן טאָן ווי געוויינטלעך — נישט קוקן און נישט רעדן מיט קיינעם. בײַם סוף פֿון דער נסיעה, האָבן אַ סך מער פּאַסאַזשירן, וואָס האָבן גערעדט מיט אַ פֿרעמדן, איבערגעגעבן, אַז זייער נסיעה איז געווען אַ פּאָזיטיווע, איידער די, וועלכע זענען געזעסן ביחידות.
איידער די פּאַסאַזשירן האָבן זיך באַטייליקט אינעם עקספּערימענט, האָבן עפּלי און שרעדער זיי געפֿרעגט: „ווי אַזוי מיינט איר, וועט איר זיך פֿילן, נאָכן רעדן מיט אַ פֿרעמדן?‟ די ענטפֿערס זענען געווען אינטערעסאַנט: ס׳רובֿ פֿון די פּאַסאַזשירן האָבן געזאָגט, אַז די נסיעה וואָלט זיכער געווען מער אײַנגענעם, אויב זיי רעדן נישט מיט קיינעם, ווײַל זיי האָבן געדאגהט, אַז עס וועט זיי אָנקומען שווער אָנצוהייבן אַ שמועס, אָדער, אַז די פֿרעמדע וועלן נישט וועלן רעדן מיט זיי. אָבער פּונקט דאָס פֿאַרקערטע איז געשען: אַלע וואָס האָבן זיך צערעדט מיט אַ פֿרעמדן האָבן געזאָגט, אַז דער שמועס איז געווען זייער אײַנגענעם!
שוין יאָרן לאַנג וואָס די מוניציפּאַליטעטן איבער אַמעריקע גיסן אַרײַן געלט אין פּראָיעקטן, וואָס זאָלן גרינגער מאַכן דאָס פֿאָרן אין אַ באַן אָדער אויטאָבוס: ספּעציעלע הער־אַפּאַראַטן, וואָס פֿאַרטעמפּן דעם רעש; באַקוועמערע זיץ־ערטער. ווי וואָלט אָבער געווען, אויב מע וואָלט אינוועסטירט אין אַ געזעלשאַפֿטלעכן קאַפּיטאַל; מיט אַנדערע ווערטער — מוטיקן די פּאַסאַזשירן צו שמועסן מיט די פֿרעמדע, וואָס זיצן לעבן זיי?
די גרעסטע מעלה פֿון אָנקניפּן באַציִונגען מיט אומבאַקאַנטע איז, אַז ס׳רובֿ מענטשן וועלן גיכער גיבן אַ שמייכל אַ פֿרעמדן, איידער אַן אייגענעם. אין אַ פֿריִערדיקער שטודיע האָט אַ פֿאָרשער אַנטפּלעקט, אַז אַ שמועס מיט אַ פֿרעמדן האָט אַרײַנגעבראַכט מענטשן אין אַ בעסערער שטימונג, ווי אַ שמועס מיט אייגענע.
אין נאָך אַ שטודיע האָט מען אַראַנזשירט, אַז אַ טייל פֿון די קונים אין אַ „סטאַרבאָקס‟־קאַפֿע זאָלן שמייכלען און פֿירן אַ קורצן שמועס מיטן קאַסירער, און די אַנדערע קונים זאָלן בלויז באַשטעלן דאָס געטראַנק, באַצאָלן און גלײַך אַרויסגיין מיטן געטראַנק. דער רעזולטאַט? די ערשטע גרופּע איז אַרויס פֿונעם „סטאַרבאָקס‟ גליקלעכער.
אַפֿילו בלויז אַ גיכן קוק אין פּנים קאָן מאַכן אַן אונטערשייד אין אַ מענטשנס שטימונג. ס׳רובֿ פֿאַרבײַגייער ווייסן וואָס עס מיינט, אַז עמעצער „באַהאַנדלט זיי ווי לופֿט‟ — מײַדט אויס אַן אויגן־קאָנטאַקט. ס׳רובֿ מענטשן מיינען, אַז דאָס אויסמײַדן אַן אויגן־קאָנטאַקט שאַט נישט, אָבער אַ געוויסע שטודיע ווײַזט דווקא, אַז עס קאָן יאָ שאַטן. בײַ אַן עקספּערימענט אין אַ גרויסן אוניווערסיטעט פֿון אַ מיטל־מערבֿדיקן שטאַט, האָט אַ פֿאָרשער געבעטן אַ יונגע פֿרוי שפּאַצירן איבערן קאַמפּוס, און באַגריסן געוויסע פֿאַרבײַגייער מיט אַ שמייכל, און אַנדערע זאָל זי בכּיוון איגנאָרירן. נאָך דעם ווי די פֿרוי איז אַוועק, האָט דער פֿאָרשער געפֿרעגט יעדן פֿון די פֿאַרבײַגייער ווי אַזוי זיי פֿילן זיך. די וואָס די פֿרוי האָט איגנאָרירט, האָבן געזאָגט, אַז זיי פֿילן זיך מער אומעטיק ווי די אַנדערע.
די מעלה פֿון אָנקניפּן באַציִונגען מיט פֿרעמדע לײַט קאָן אויך משפּיע זײַן אַנדערע צו טאָן דאָס זעלבע. עפּלי און שרעדער האָבן אַנטדעקט, אַז ווען אַ מענטש אין אַ וואַרטצימער בײַם דאָקטער הייבט אָן שמועסן מיט אַ צווייטן פּאַציענט, פֿילן זיך ביידע מער פּאָזיטיוו געשטימט ווי פֿריִער. פֿרעמדע זענען נישט געווען דענערווירט, ווען מע האָט „עובֿר געווען‟ אויף זייער פּריוואַטקייט, נאָר פֿאַרקערט — אַלע האָבן זיך געפֿילט בעסער אויפֿגעלייגט ווי פֿריִער.
אַנשטאָט זיך פֿאַרשליסן אין זיך אַליין, איז אפֿשר טאַקע כּדאַי, אַז מיר זאָלן אַלע אָנערקענען די מענטשן אַרום אונדז. ווען מיר גייען אויף דער גאַס, לאָמיר אויפֿהערן צו באַהאַנדלען מענטשן ווי לופֿט. ס׳איז קלאָר, אַז מיר געווינען אַ סך מער ווען מיר ווײַזן אַרויס פֿרײַנדשאַפֿט צו פֿרעמדע, ווי ווען מיר זינדערן זיך אָפּ פֿון אונדזער אַרום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.