לויט אַ נײַער שטודיע, זוכן ס׳רובֿ פֿרויען אַ מאַן, וואָס איז ממשותדיק העכער פֿון זיי, גיט איבער אַ באַריכט אויף דער וועבזײַט פֿון דער פּובליקאַציע Journal of Family Issues.
די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע בײַ די מעלדונגען, וואָס 450 מענער און 470 פֿרויען האָבן געשטעלט אויף אַ צאָל שדכנות־וועבזײַטן. די מענער זענען דורכשניטלעך געווען 36 יאָר אַלט, און געהאַט אַ הייך פֿון בערך 5 פֿוס, 8 צאָל (1.72 מעטער), בעת די פֿרויען זענען געווען דורכשניטלעך 35 יאָר אַלט, מיט אַ הייך פֿון 5 פֿוס 4 צאָל (1.62 מעטער).
צווישן די מינים האָט זיך אַרויסגעוויזן אַ ממשותדיקער אונטערשייד וואָס שייך דער הייך־פּרעפֿערענץ: 13.5% פֿון די מענער האָבן געזאָגט, אַז זיי גייען אויף ראַנדקעס בלויז מיט פֿרויען וואָס זענען נידעריקער פֿון זיי, אָבער 49% פֿון די פֿרויען זאָגן, אַז זיי גייען אַרויס בלויז מיט העכערע מענער.
דערנאָך האָבן די פֿאָרשער דורכגעפֿירט אַן אַנקעטע דורך דער אינטערנעץ מיט די סטודענטן פֿון אַ געוויסן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט. 37% פֿון די מענער האָבן געזוכט בלויז נידעריקע פֿרויען, אין פֿאַרגלײַך מיט 55% פֿון די פֿרויען, וועלכע האָבן געזוכט בלויז העכערע מענער.
די פֿרויען האָבן אָנגעגעבן פֿאַרשידענע סיבות פֿאַר זייער פּרעפֿערענץ. איינע האָט געזאָגט: „ס׳זעט מיר עפּעס אויס מאָדנע אַראָפּצוקוקן, ווען איך קוק אַרײַן אין אַ מאַנס אויגן. אַחוץ דעם, וויל איך אויך קענען טראָגן הויכע אָפּצאַסן און נאָך אַלץ זײַן נידעריקער פֿון אים.‟
די הייך־פּרעפֿערענץ איז אַ רעזולטאַט פֿון געוויסע קולטורעלע סטערעאָטיפּן, האָט געזאָגט דזשאָרזש יאַנסי, אַ סאָציאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אינעם אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־טעקסאַס, און אַ מחבר פֿון דער שטודיע. „אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס מוטיקט דעם מאַן צו זײַן דער הערשנדיקער, און די פֿרוי צו זײַן אונטערטעניק, איז קלאָר פֿאַר וואָס דער אימאַזש פֿון אַ הויכן מאַן מיט אַ נידעריקער פֿרוי איז נישט גרינג אָפּצומעקן,‟ האָט יאַנסי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.