אויב מע קאָמבינירט „טײַלענאָל‟ (אַסעטאַמינאָפֿען) אַפֿילו מיט בלויז אַ ביסל אַלקאָהאָל, קאָן עס פֿאַרטאָפּלען די ריזיקע פֿון באַקומען אַ נירן־קראַנקייט, האָט אַ נײַע שטודיע אַנטדעקט.
„ס׳רובֿ מענטשן נעמען אײַן ׳טײַלענאָל׳, אָן דעם אויפֿזיכט פֿון אַן אַפּטייקער אָדער דאָקטער, און דערפֿאַר זאָרגן מיר זיך,‟ האָט דערקלערט דער הויפּט־פֿאָרשער, העריסאָן נדעטאַן, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון ביאָ־סטאַטיסטיק אין פּאַרקער־אוניווערסיטעט אין דאַלאַס. „מענטשן קויפֿן אַסעטאַמינאָפֿען און טרינקען אויך אַלקאָהאָל, און ווייסן נישט — אָדער ווילן נישט וויסן — אַז דאָס געמיש קאָן זײַן געפֿערלעך.‟
סײַ דאָס אײַננעמען צו פֿיל אַסעטאַמינאָפֿען, סײַ דאָס טרינקען צו פֿיל אַלקאָהאָל, האָט מען שוין פֿון פֿריִער פֿאַרבונדן מיט קראַנקייטן פֿון די נירן און לעבער, האָט איבערגעגעבן ד״ר מאַרטין זאַנד, פֿונעם מעדיצינישן צענטער בײַם אוניווערסיטעט פֿון ראָטשעסטער.
בײַ אַ מענטש וואָס נעמט אײַן די רעקאָמענדירטע דאָזע פֿון „טײַלענאָל‟ און טרינקט משקה יעדן טאָג, ווערט פֿאַרגרעסערט די ריזיקע פֿון נירן־קראַנקייט אויף 123%.
אויף יעדן פֿלעשל פֿון „טײַלענאָל‟, שטייט טאַקע געשריבן, אַז מע זאָל עס נישט אײַננעמען מיט אַלקאָהאָל, „אָבער ס׳איז וויכטיק, מענטשן זאָלן וויסן די רעזולטאַטן פֿון דער נײַער שטודיע, ווײַל מע נעמט נישט אָן די וואָרענונג ערנסט,‟ האָט נדעטאַן געזאָגט.
ס׳איז נישט באַוווּסט, צי דאָס אײַננעמען אַלקאָהאָל מיט אַנדערע ווייטיק־מיטלען, ווי אַספּירין און „אַדוויל‟, האָבן אַן ענלעכן עפֿעקט, האָט זאַנד געזאָגט.
„אויב מע נעמט אַסעטאַמינאָפֿען יעדן טאָג צוליב כראָנישע ווייטיקן, זאָל מען אויסמײַדן אַלקאָהאָל,‟ האָט ער געזאָגט. „און אויב מע טרינקט אַלקאָהאָל יעדן טאָג, זאָל מען אײַננעמען אַן אַנדער ווייטיק־מיטל.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.