לויט אַ קליינער, אָבער וויכטיקער שטודיע, וואָלטן פֿרויען, וואָס באַמיִען זיך צו האָבן קינדער דורך קינסטלעכער באַפֿרוכפּערונג (IVF), געדאַרפֿט שטאַרק רעדוצירן די משקה, וואָס זיי טרינקען. ווען אַ פֿרוי טרינקט דרײַ אָדער מער גלעזער ווײַן אַ טאָג, פֿאַלן די שאַנסן פֿון האָבן אַ קינד אויף צוויי־דריטל.
די פֿאָרשער פֿון דער ניו־יאָרקער באַפֿרוכפּערונג־קליניק Reproductive Medicine Associates, האָבן פֿאַרזאַמלט 91 פֿרויען, וואָס האָבן געהאַט שוועריקייטן צו האָבן קינדער דורך באַפֿרוכפּערונג־באַהאַנדלונג. זיי האָבן באַמערקט, אַז אַפֿילו בלויז אַ ביסל אַלקאָהאָל האָט געקאָנט שאַטן דער אַנטוויקלונג פֿון נישט־באַפֿרוכפּערטע אייער. אָבער די פֿרויען, וועלכע האָבן אין גאַנצן נישט געטרונקען קיין אַלקאָהאָל, האָבן במשך פֿון דרײַ יאָר געהאַט אַ 90־פּראָצענטיקן שאַנס צו פֿאַרגיין אין טראָגן און האָבן געזונטע קינדער.
די הויפּט־מחברטע, ד״ר דאַראַ גאָדפֿרי, האָט געמאָלדן די רעזולטאַטן די וואָך פֿאַר דער ”אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿון באַפֿרוכפּערונג־מעדיצין“.
אַ באַזונדערע שטודיע פֿון 2,572 פּאָרפֿעלקער, דורכגעפֿירט אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט אין 2009, האָט אויך אַנטדעקט, אַז סײַ בײַ מענער, סײַ בײַ פֿרויען, וועלכע טרינקען אַלקאָהאָל, פֿאַלן די שאַנסן פֿון האָבן אַ קינד מיט מער ווי 25%.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.