איר געדענקט נאָך מסתּמא די צײַטן, ווען יעדער פּאַסאַזשיר אויף אַן עראָפּלאַן פֿלעגט באַקומען אַ פּעקעלע ניס, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און אויף יעדן זיץ־אָרט איז געלעגן אַ ווייכע קאָלדרע? די טעג זענען די לופֿטליניעס געוואָרן גאַנץ קאַרג בײַם אויסטיילן צובײַסן אָדער געטראַנקען צווישן די מאָלצײַטן, אָדער קאָלדרעס און קישנס פֿאַר יעדן פּאסאַזשיר. פֿאַר יעדער קלייניקייט באַצאָלט מען הײַנט.
ווען איר נעמט אין באַטראַכט, אַז אָפֿט מאָל פֿליִען אָפּ די עראָפּלאַנען שפּעטער ווי די באַשטימטע צײַט, לייגט זיך אויפֿן שׂכל צו קומען אין פֿליפֿעלד גוט צוגעגרייט. אָט זענען פֿינף עצות, אין שײַכות מיט די זאַכן, וואָס איר זאָלט מיטנעמען אין אײַער האַנטגעפּעק (carry-on):
1) וויכטיקע מעדיקאַמענטן און טואַלעט־נייטיקייטן: לאָזט נישט אַזוינע חפֿצים אינעם באַגאַזש, ווײַל אויב דער עראָפּלאַן וועט זיך לאַנג פֿאַרזאַמען, וועט איר אפֿשר פֿאַרפֿעלן אַ דאָזע. נעמט אומבאַדינגט מיט דעם מעדיקאַמענט (אין די פֿלעשעלעך, אין וועלכע זיי זענען געקומען), ווי אויך נאָז־שפּריצן קעגן אַלערגיעס, האַנטקרעם און ליפּן־באַלזאַם. געדענקט אָבער צו פֿאָלגן די זיכערהייט־תּקנות: יעדע כּלי מוז וועגן 3.4 אונץ אָדער ווייניקער, און קאָנען אַרײַנגעלייגט ווערן אין אַ פּלאַסטישן זעקל.
2) פֿאַרווײַלונג: אַ טייל מענטשן איז ליבער צו שלאָפֿן בעתן פֿליִען, אָבער אַנדערע זוכן מיטלען זיך צו אַמוזירן. ברענגט הער־אַפּאַראַטן, אויב איר ווילט נישט באַצאָלן 1־2 דאָלאַר. איידער איר קומט אויפֿן עראָפּלאַן, זײַט זיכער, אַז איר האָט אָנגעלאָדן אײַערע עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן, ווי דער „קינדל” און „אײַ־פּעד”, כּדי איר זאָלט קענען לייענען, קוקן פֿילמען, פֿאַרווײַלן זיך מיט שפּילן אָדער הערן מוזיק. ווי איר ווייסט מסתּמא, דאַרף מען אַלע עלעקטראָנישע מכשירים אויסלעשן בשעת דער עראָפּלאַן פֿליט אָפּ און בעת ער לאַנדט; דערפֿאַר איז אויך אַ גוטער געדאַנק מיטצוברענגען צײַטונגען און זשורנאַלן — בפֿרט אַז ס׳רובֿ לופֿטליניעס האָבן מער נישט קיין סך לייענוואַרג.
3) שפּײַז: אויב די לופֿטליניע טיילט נישט אויס קיין מאָלצײַטן, ברענגט מיט אײַערע אייגענע באַליבטסטע עסנס. מײַדט אויס שפּײַז מיט אַ שטאַרקן ריח, ווי סאַרדינען, און אויב איר פֿאָרט אין אויסלאַנד, געדענקט, אַז גרינסן און פֿלייש וועט מען נישט אַרײַנלאָזן אינעם לאַנד, וווּהין איר פֿאָרט.
פּאַקט אויך אײַן קײַ־גומע און צוקערקעס אויפֿן פֿאַך, טאָמער ס‘הייבט אָן צו קנאַלן אין די אויערן בעתן אָפּפֿליִען און לאַנדן.
4) האַלט זיך וואַרעם: אַ מאָל ווערט אַ ביסל קיל אין עראָפּלאַן, בפֿרט אויב איר האָט זיך אָנגעטאָן אין זומער־קליידער. נעמט מיט אַ סוועדער אָדער זשאַקעט, און אַפֿילו זעקלעך. אויב איר האָט בדעה צו כאַפּן אַ דרימל, ברענגט אויך אַ קליין קישעלע.
5) אײַער קרעדיט־קאַרטל: אפֿשר אַרט אײַך נישט צו באַצאָלן פֿאַר אַ ביר אָדער פֿאַר אַ פֿילם. אויב יאָ, נעמט מיט דאָס קרעדיט־קאַרטל, ווײַל ס׳רובֿ לופֿטליניעס נעמען מער נישט קיין מזומן פֿאַר עסן, משקה און פֿאַרווײַלונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.