באָסטאָן. — „די אָבֿות פֿון ישׂראל זענען ווי די פֿליגל פֿון אַ פֿייגעלע: פּונקט ווי אַ פֿייגעלע קען נישט פֿליִען אָן פֿליגל, אַזוי קאָן ישׂראל גאָרנישט טאָן אָן אירע זקנים‟ (ויקרא רבא 11.8, מדרש אויף ויקרא 9:1).
דאָס לעצטע מאָל, וואָס איך האָב אַרײַנגעקוקט אין דער תּורה האָב איך נישט געזען, צווישן די 613 מיצוות, קיין מיצווה צו פֿאַרבן די האָר, כּדי גובֿר צו זײַן די עפֿעקטן פֿון דער עלטער. הלוואי וואָלטן די ייִדן געגעבן צדקה און געהיט שבת מיט אַזאַ חשק, ווי זיי באַהאַלטן זייערע גראָע האָר!
ס׳איז אָבער פֿאַרשטענדלעך, ווען מע זעט, ווי דער כּבֿוד, וואָס אונדזער טראַדיציע האָט תּמיד אָפּגעגעבן אַ מענטשן מיט אַ ווײַסן קאָפּ, ווערט הײַנט אונטערגעדריקט פֿון אַ קולטור, וואָס האַלט, אַז מע דאַרף „אָפּמעקן‟ די קנייטשן ווי ווײַט מעגלעך. אַ סך מענטשן טוען אַלץ צו מאַסקירן די נאַטירלעכע רעזולטאַטן פֿון עלטערן זיך, וואָס שאַפֿט במילא אַ פֿאַלשע הערשאַפֿט פֿון דער יוגנט, און לאָזט וויסן דער וועלט, אַז די עלטערע לײַט זענען נישט אַזוי חשובֿ ווי די ייִנגערע.
ס׳איז שוין צײַט זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַזאַ צוגאַנג. די סטאַטיסטיק איז זייער קלאָר: מיר לעבן אין אַ תּקופֿה, ווען די עלטסטע לײַט אין אונדזער געזעלשאַפֿט באַטרעפֿן דעם צום גיכסטן וואַקסנדיקן חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג. פֿון דעסטוועגן, איז קלאָר, אַז די ייִדן איבער 85 ווערן אָפֿט איגנאָרירט, און פֿילן זיך במילא אָפּגעזונדערט פֿון דער ייִדישער קהילה.
די הײַנטיקע ייִדישע קהילה גיט זיך אַ סך אָפּ מיט אונדזערע קינדער, צענערלינגען און די יוגנטלעכע אין די 20ער. זיי ווערן באַצייכנט ווי „אונדזער צוקונפֿט, אונדזער המשך‟. מיר גלייבן, אַז די קינדער אין אַ ייִדישן קינדערגאָרטן אָדער אויף אַ „געבורטרעכט‟־נסיעה, וועלן זיך תּמיד אויסלעבן לויט אונדזערע ווערטן. ס׳איז טאַקע נישט קיין חסרון צו שעפּן נחת פֿון אונדזערע קינדער, אָבער זיי דאַרפֿן נישט ווערן דער עקסלוסיווער פֿאָקוס פֿון אונדזער קאָלעקטיווער ענערגיע און שאַפֿערישקייט. אויב מיר ווילן פֿאַרזיכערן אַ צוקונפֿט פֿאַר אַלע ייִדן, דאַרף מען באַטאָנען, אַז יעדער פֿון אונדז קאָן לעבן אַ פֿילפֿאַכיק, אינטערעסאַנט ייִדיש לעבן ביזן לעצטן טאָג.
צו ערשט, פֿאַרשטייט זיך, מוז מען פֿאַרזיכערן, אַז די עלטערע לײַט זאָלן האָבן אַ גוטן צוטריט צו געזונט־באַדינונג; אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג מיט די אָרטיקע קהילה־אָרגאַניזאַציעס; און אַז זיי זאָלן קאָנען אויספֿירן צו באַצאָלן דירה־געלט און די שׂכירות פֿון אַן אויפֿפּאַסער. מע טאָר זיי נישט איבערלאָזן אויף הפֿקר. די עלטערע ייִדן דאַרפֿן האָבן די ברירה צו וווינען אין אַ ייִדישער קהילה, וווּ זיי קענען באַקומען די געהעריקע באַדינונגען, אויפֿהאַלטן פֿרײַנדשאַפֿטן און אָנטיילנעמען אין גײַסטיקע ייִדישע אַקטיוויטעטן.
אַזוי ווי ראָבערט פּאָטנאַם האָט געשריבן אין זײַן בוך Bowling Alone [אַז מע גייט קעגלען איינער אַליין], העלפֿט דאָס באַטייליקן זיך אין אַ קהילה צו פֿאַרבעסערן דאָס געזונט און פֿאַרלענגערן דאָס לעבן. לויט דער תּורה שטייט אויך געשריבן, אַז דאָס אָפּגעבן כּבֿוד טאַטע־מאַמע פֿאַרדינט אַ מענטשן אַריכת־ימים.
אָבער ווי טוט מען עס ווי אַ קהילה? מער ווי 50 יאָר צוריק האָט מײַן זיידע, ד״ר מילטאָן לעווין, אָנגעשריבן אַ בריוו אין דער רעדאַקציע פֿון „ניו־יאָרק טײַמס‟, פֿאָרלייגנדיק אַ פּראָגראַם, וווּ יעדער איינער „אַדאָפּטירט‟ אַן עלטערן מענטשן און הערט אויס זײַן אָדער איר געשיכטע. ווען מיר האַלטן אָן אַ באַציִונג מיט די זקנים אין אונדזער געגנט, העלפֿן מיר צו שאַפֿן אַ שטאַרקערן כּלל־ישׂראל. אָבער כּדי באמת זיך צו באַקענען מיט זיי, דאַרפֿן מיר אַליין אויפֿהערן זיך צו שעמען מיט אונדזערע יאָרן.
אין אַ תּחינה אָפּגעדרוקט אין דײַטשלאַנד אין יאָר 1908, געפֿינט זיך אַ תּפֿילה, וואָס אַ טאָכטער זאָגט ווען די מאַמע איז קראַנק, און אַ צווייטע תּפֿילה, צו העלפֿן אַ פֿרוי בעסער אויסצוקומען מיט אַ שטיפֿמאַמע, וועלכע עלטערט זיך. אַזוינע תּפֿילות און ריטואַלן פֿאַר די קינדער פֿון זקנים זענען צום גרויסן טייל פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון אונדזערע סידורים. דאָס ייִדישע לעבן וואָלט געדאַרפֿט ווידער אַרײַננעמען אַזוינע תּפֿילות און געזעלשאַפֿטלעכע געלעגנהייטן, בעת מיר, וועלכע האָבן שוין אַליין דערגרייכט די זעכציקער און זיבעציקער, באַגלייטן אונדזערע אייגענע עלטערן, און די אַנדערע זקנים אין אונדזער קהילה, פֿון יאָר צו יאָר.
בעת די ימים־נראים, ווען איך האָב אָנגעפֿירט מיטן דאַווענען אין אַ מושבֿ־זקנים אין באָסטאָן, האָב איך געזען הונדערטער זקנים, וועלכע זענען געזעסן לעבן זייערע 70־יאָריקע קינדער, אַן אויפֿפּאַסער אָדער אַ גוטן פֿרײַנד. בשעת־מעשׂה האָב איך טאַקע דערפֿילט ווי אונדזערע תּפֿילות פֿליִען אַרויף, רוענדיק אויף די פֿליגל פֿון די באַגײַסטערטע פּנימער, פֿול מיט קנייטשן, און זייערע קולות פֿון געזאַנג און תּפֿילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.