No Place Like Home

עסקאַראָל־בלעטער מיט קנאָבל

Escarole With Garlic

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

דאָקטוירים זאָגן שוין פֿון לאַנג, אַז דאָס עסן גרינע שאַלאַטן יעדן טאָג גיט צו אַ שטיק געזונט. הײַנט קען מען אין די שפּײַזקראָמען געפֿינען אָן אַ שיעור מינים בלעטער: ראָמאַנישע, שפּינאַט, רוקאָלאַ (arugula) .און אַנדערע

אין דעם רעצעפּט ניצן מיר עסקאַראָל, אַ בלעטער־גרינס פֿון דער ענדיוון־משפּחה, וואָס האָט אַ הויכן פּראָצענט וויטאַמינען K ,A, פֿאָלאַטע און פֿיברע. ס׳איז אַ ביסל ווייניקער ביטער ווי רוקאָלאַ. פּונקט אַזוי ווי אַנדערע בלעטער, קען מען עס נישט בלויז פּרעגלען, ווי אינעם ווײַטערדיקן רעצעפּט, אָבער אויך צעבראָכן אין זופּ, אָדער עסן רויערהייט ווי טייל פֿון אַ סאַלאַט מיט פּאָמידאָרן, אוגערקעס און ציבעלע.

3 ציינדלעך קנאָבל

1 הייפֿטל עסקאַראָל

איילבערט־בוימל

1/4 לעפֿעלע רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך

זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק

צעהאַקט דעם קנאָבל און צערײַסט די בלעטער עסקאַראָל אויף קליינע שטיקלעך.

הייצט אָן אַ גרויסע פּאַטעלניע אָדער טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער, און גיסט אַרײַן דעם איילבערט־בוימל.

קאָכט אָפּ דעם צעהאַקטן קנאָבל, ביז עס באַקומט אַ גאָלדענעם קאָליר, און גיט צו די רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך.

מישט אַרײַן די עסקאַראָל־בלעטער און זאַלץ. דעקט צו די פּאַטעלניע אָדער טאָפּ ביז די בלעטער ווערן ווייך, אַרום פֿינף מינוט.