טײַערע חזנטע,
מײַן טעכטערלס ערשטער געבוירן־טאָג נעענטערט זיך, און מע פֿרעגט מיך פֿון אַלע זײַטן וואָס פֿאַר אַ מתּנה זי וויל. זי האָט טאַקע אַ שלל מיט שפּילעכלעך און קליידערלעך. מיר וווינען אין אַ קליינער דירה, און אונדז איז דאָ שוין ענג. בעסער וואָלטן מענטשן אונדז געהאָלפֿן באַצאָלן פֿאַר ווינדלעך, מילך, און אַנדערע זאַכן וואָס מיר דאַרפֿן נייטיק האָבן. מעג מען בעטן בײַ מענטשן אָדער די דאָזיקע נייטיקע זאַכן, אָדער געלט?
פּראַקטישע מאַמע
טײַערע פּראַקטישע מאַמע,
איך באַדויער, אָבער עס איז נישט לײַטיש צו בעטן געלט. אויב מע שענקט די סאַמע נייטיקע זאַכן פֿאַרן עופֿעלע, איז דאָס גיכער אַ מתּנה פֿאַר אײַך, ווײַל איר טראָגט דעם חובֿ זיי צו קויפֿן, און נישט קיין זאַך וואָס וואָלט געטאָן הנאה אײַער טעכטערל. איך האַלט אַז איר מוזט זיך רעכענען מיט דעם, וואָס מענטשן ווילן שענקען שפּילעכלעך און קליידערלעך. איר קענט זיי דאָך צוריקברענגען אין געשעפֿט פֿאַרן געלט אָדער זיי אויסבײַטן אויף מער פּראַקטישע זאַכן. מזל־טובֿ צום טעכטערלס געבוירן־טאָג!
טײַערע חזנטע,
מײַן אייניקל וועט האָבן בר־מיצווה אין ישׂראל. מײַן פֿרוי און איך פֿילן זיך באַליידיקט און אויסגעשלאָסן. מיר זענען ביידע נישט זייער געזונט. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר איז געווען גאָר אַ שווערס. מיט מײַנע האַרצ-פּראָבלעמען און אירע קראַנקע קניִען, זענען מיר אַצינד נישט בכּוח צו פֿאָרן אין אויסלאַנד. אָבער אונדזער זון און די שנור זענען מיטגלידער פֿון אַ שיל דאָ־הי אין פֿילאַדעלפֿיע. מיר האָבן זיי געבעטן צו מאַכן דעם אייניקל צוויי בר־מיצוות, און זיי האָבן געענטפֿערט אַז זיי קענען זיך נישט פֿאַרגינען צו פּראַווען אַ גרויסע סעודה דאָ און דערנאָך פֿירן די משפּחה קיין ישׂראל. מיר קענען זיך דערמיט קיין עצה נישט געבן און פֿילן זיך זייער באַליידיקט.
די פֿאַרגעסענע זיידע־באָבע
טײַערע פֿאַרגעסענע זיידע־באָבע,
אַן אייניקלס בר־מיצווה איז אַוודאי אַ פֿריידיקער מײַלשטיין. אַ שאָד וואָס איר פֿילט זיך איצט אויסגעשלאָסן.
אפֿשר קענט איר דעם זון און די שנור איבערפֿרעגן וועגן פּראַווען די בר-מיצווה אין דער היגער שיל. איר מעגט אויך פֿירלייגן, זיי זאָלן זי מאַכן פּשוט — געבן אים אַן עליה צו דער תּורה — אָן קיין קידוש. אויב זיי פֿילן זיך מחויבֿ צו מאַכן אַ קידוש פֿאַר די געסט, מעגט איר פֿירלייגן אַן עליה אין אַ מאָנטיק אָדער אַ דאָנערשטיק. אויף אַזאַ שׂימחה קענט איר קומען. אַל דאָס גוטס, און מזל־טובֿ.
טײַערע חזנטע,
מײַנע אַ נאָענטע חבֿרטע מאַכט אַדורך אַ שווערע צײַט. איך פּרוּוו בלײַבן פֿאַר איר אַן אָנשפּאַר, אָבער זי האָט מיר געזאָגט אַז זי קען איצט באמת נישט רעדן. ס׳איז איר פּשוט צו שווער. זאָל איך איר ווײַטער אָנקלינגען, צי בלויז צוּוואַרטן און זי דערווײַל לאָזן צו רו?
פֿרײַנדינע
טײַערער פֿרײַנדינע,
בלײַבט אין קאָנטאַקט מיט איר, אָבער דערווײַל פֿאָדערט פֿון איר גאָרנישט. לאָזט איר איבער טעלעפֿאָנישע אָנזאָגן, שיקט איר בליצבריוו אָדער שיקט איר אַ באַגריסונג-קאַרטל, כּדי איר צו דערמאָנען, אַז איר טראַכט פֿון איר און שטיצט זי אונטער. לאָזט זי וויסן אַז איר פֿאַרשטייט, זי וויל איצט נישט רעדן, און אַז זי איז נישט מחויבֿ אײַך צוריקצוקלינגען. זאָל זי וויסן, אַז איר ווילט מיט דעם בלויז אויסשטרעקן אַ האַנט און אַז איר פֿאַרבלײַבט אַ געטרײַע חבֿרטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.