No Place Like Home

זשאַבע־סכּנה

Pet Frog Risk

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

די קליינע וואַסער־זשאַבעס, וואָס ווערן פֿאַרקויפֿט ווי שטוב־חיות, זענען פֿאַרבונדן געוואָרן מיט אַן אויסבראָך פֿון סאַלמאָנעלאַ־אינפֿעקציעס צווישן די יאָרן 2008 און 2011, האָט די וואָך איבערגעגעבן דער „אַמעריקאַנער צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟.

דער באַריכט, אָפּגעדרוקט מאָנטיק אינעם זשורנאַל Pediatrics, האָט אַנטדעקט, אַז די אינפֿעקציע האָט אָנגעשטעקט 376 מענטשן אין 44 שטאַטן. 29%, ס׳רובֿ פֿון זיי — קינדער, האָט מען געמוזט פֿירן אין שפּיטאָל.

„דאָס איז געווען דער ערשטער אויסבראָך פֿון סאַלמאַנעלאַ פֿאַרבונדן מיט וואַסער־זשאַבעס,‟ האָט דערקלערט שאַונאַ מעטי זאַרעצקי, די הויפּט־מחברטע פֿון דער אַנקעטע. „ביז איצט האָט מען זיי אָפֿט מאָל באַצייכנט ווי פּאַסיקע שטוב־חיות פֿאַר קינדער. ס׳רובֿ פֿון די מענטשן וואָס האָבן געקויפֿט די וואַסער־זשאַבעס פֿאַר זייערע קינדער, האָבן נישט געוווּסט, אַז עס קאָן זײַן געפֿערלעך.‟

בדרך־כּלל, הערט מען בלויז וועגן שפּײַזן, וואָס ווערן קאָנטאַמינירט דורך סאַלמאָנעלאַ, אָבער אין דער אמתן, טראָגן רעפּטילן און אַמפֿיביעס אויך די באַקטעריע, זאָגט זאַרעצקי. מענטשן קאָנען אָנגעשטעקט ווערן דורך אָנטאַפּן די חיות, רייניקן דעם אַקוואַריום, אָדער דורך אָנרירן קאָנטאַמינירט וואַסער.

מענטשן, וועלכע ווערן אָנגעשטעקט פֿון סאַלמאָנעלאַ, לײַדן פֿון אַ לויזן מאָגן, בויכווייטיק, מיגל און היץ. אויב מע נעמט נישט אײַן קיין היילמיטל, קאָן עס ווערן זייער געפֿערלעך, בפֿרט בײַ קינדער, עלטערע לײַט און מענטשן מיט אַן אָפּגעשוואַכטער אימון־סיסטעם.

אַ פֿריִערדיקע שטודיע האָט שוין באַוויזן, אַז בײַ די סאַלמאָנעלאַ־אינפֿעקציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן יעדעס יאָר, שטאַמען בערך 74,000 פֿון זיי פֿון רעפּטילן און אַמפֿיביעס.

„יעדער איינער וואָס פֿאַרמאָגט אַ וואַסער־חיה, דאַרף אים באַזאָרגן מיט אַ געראָטענער פֿילטער־סיסטעם, כּדי דאָס וואַסער זאָל בלײַבן ריין, און מע דאַרף אויך אָפֿט בײַטן דאָס וואַסער,‟ האָט דערקלערט ד״ר ניקאָלאַס סענט־ערן, אַ וועטערינאַר בײַ PetSmart, Inc.

סענט־ערן האָט צוגעגעבן, אַז מענטשן, וועלכע פֿאַרמאָגן וואַסער־חיות, זאָלן זיך ווענדן צו אַ וועטערינאַר, וועלכער ספּעציאַליזירט זיך אין וואַסער־חיות, „כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זייערע חיות בלײַבן געזונט, און נעמען אײַן אַ פּאַסיקע דיעטע.‟

„אויב דער אַקוואַריום איז אין שטוב, זאָל מען נישט דערלויבן קינדער ייִנגער פֿון פֿינף יאָר אים אויסצורייניקן,‟ האָט ער צוגעגעבן.