No Place Like Home

משפּחה־חנדלעך

Sit Back and Smile

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

אַ פֿרוי איז אַרײַנגעקומען אין אַ סינאַגאָגע, וווּ מע האָט זיך געגרייט צו שטעלן אַ חופּה. בעת זי איז געשטאַנען אויף דער שוועל, איז צוגעקומען דער שמשׂ און זי געפֿרעגט: „אַנטשולדיקט, זענט איר אַ חבֿרטע פֿון דער כּלה?‟

„אַוודאי נישט!‟ האָט די פֿרוי געענטפֿערט. „איך בין די מאַמע פֿונעם חתן.‟

* * *

משה האָט פֿאַרמאָגט אַ קאָמפּיוטער־געשעפֿט אין צענטער שטאָט. איין נאַכט האָט מען דאָס געוועלב באַגנבֿעט, און אַ סך פֿון דער סחורה איז פֿאַרשוווּנדן.

ווען זײַן חבֿר, פּיני, האָט דערהערט די נײַעס, האָט ער אים תּיכּף אָנגעקלונגען.

„אַ שרעקלעכע נײַעס,‟ האָט פּיני געזאָגט. „איז עס געווען ווערט אַ סך?‟

„כ׳האָב פֿאַרלוירן עטלעכע טײַערע זאַכן, אָבער אין דער אמתן, האָב איך געהאַט מזל, וואָס ס׳איז נישט געשען מיט אַ נאַכט פֿריִער.‟

„פֿאַר וואָס?‟

ענטפֿערט משה: „דעם טאָג פֿון דער גנבֿה, האָב איך רעדוצירט דעם פּרײַז פֿון דער גאַנצער סחורה אויף 20%!‟

* * *

שמואליק איז געגאַנגען אויף אַ מסיבה און האָט גוט פֿאַרבראַכט. מיט אַ מאָל האָט ער באַמערקט, אַז ס׳פֿעלט זײַן טײַסטער.

שטעלט ער זיך אַוועק אויף אַ בענקל און רופֿט אויס: „מײַנע דאַמען און הערן, כ׳האָב ערשט פֿאַרלוירן מײַן טײַסטער, און אינעווייניק איז געלעגן 500$ מזומן. דער מענטש וואָס וועט געפֿינען מײַן טײַסטער וועט פֿון מיר באַקומען 50$!‟

רופֿט זיך אָפּ איינער פֿון עולם: „איך וועל אים געבן 75$!‟