No Place Like Home

טײַערע חזנטע

Dear Cantor

פֿון חנה סלעק

  • Print
  • Share Share

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך האָבן חתונה געהאַט מיט 48 יאָר צוריק. מיר וווינען אין אַ קהילה פֿאַר פּענסיאָנירטע אין בוינטאָן־ביטש, פֿלאָרידע. אונדזער לעבן צוזאַמען איז קיין מאָל נישט געווען אַזוי אײַ־אײַ־אײַ, אָבער איך האָב אַלע מאָל געהאַט אַ צוטרוי צו אים, און זיך קיין מאָל נישט געזאָרגט, אַז ער קוקט צופֿיל אויף אַנדערע פֿרויען. אָבער איצט, אין אונדזערע „גאָלדענע יאָרן”, האָט זײַן אויג אָנגעהויבן צו וואַנדערן. עטלעכע פֿרויען אין די אָנהייב 60ער האָבן זיך לעצטנס אַרײַנגעצויגן אַהער. מײַן מאַן גייט אַלע מאָל צום שווימבאַסיין, ווען ער ווייסט, אַז זיי זענען דאָרטן. ער מאַכט דעם אָנשטעל, אַז ער לייענט אַ צײַטונג, אָבער, אין דער אמתן, האַלט ער אַן אויג אויף די פֿרויען, וועלכע טראָגן מאָדישע באָד־קאָסיומען. וואָס זאָל איך אים זאָגן וועגן דעם? פֿאַרזאָרגטע, אַלטע פֿרוי

טײַערע פֿאַרזאָרגטע, אַלטע פֿרוי,

רעדט זיך ערנסט דורך מיט אײַער מאַן; דערציילט אים, אַז איר ווייסט צוליב וואָס ער גייט צום שווימבאַסיין, און, אַז דאָס באַליידיקט אײַך.

זאָגט אים, אַז איר האַלט, ער איז אַ ספּעציעלער מענשט, און עס טוט וויי, ווען איר זעט וויפֿל אויפֿמערק ער גיט צו זיי אין זייערע באָד־קאָסטיומען.

אפֿשר קומען אין אײַער קלוב־לאָקאַל פֿאָר אַקטיוויטעטן, פֿון וועלכע איר ביידע קאָנט הנאה האָבן. מיר דאַכט, אַז אַזוי ווי אײַער מאַן איז געווען אַ געטרײַער, וועט ער רעאַגירן אויף אײַערע באַמערקונגען מיט אַן ענטפֿער וואָס וועט אײַך צופֿרידנשטעלן.


טײַערע חזנטע,

איך האָב שטאַרק ליב מײַן שוועסטער און איר זון. איך פֿלעג אַמאָל זײַן נאָענטער צו מײַן פּלימעניק, אָבער לעצטנס האָט ער אָנגעהויבן זיך אַרומצודרייען מיט נישט קיין לײַטישע מענטשן, דערצו נאָך זיך צוגעכאַפּט צום „ביטערן טראָפּן”.

מײַן 14־יאָריק זון האָט אַלע מאָל אַרויפֿגעקוקט צו זײַן עלטערן שוועסטערקינד, אָבער איצט זאָרג איך זיך, אַז מײַן פּלימעניק וועט האָבן אַ שלעכטע השפּעה אויף אים. מײַן שוועסטער האָט באַמערקט, אַז מיר פֿאַרברענגען שוין נישט אַזוי פֿיל צײַט מיט זיי, ווי פֿריִער. ווען זי וואָלט געוווּסט די סיבה דערפֿון, וואָלט עס געווען אַ שווערער קלאַפּ פֿאַר איר. האָט איר אַן עצה? טרויעריקע שוועסטער

טײַערע טרויעריקע שוועסטער,

איר וואָלט ביידע באַדאַרפֿט פֿאַרברענגען צוזאַמען אין אַן אָרט, וווּ אַלץ איז אויספּלאַנירט. למשל, פֿאַרבעט אײַער שוועסטער און פּלימעניק אויף אַ פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, אָדער אין קינאָ, און אַזוי ווײַטער; דאָס הייסט, נישט סתּם „פֿאַרברענגען”; אַזוי וועלן די קינדער נישט קענען ווײַט אַוועקגיין פֿון אײַער אויפֿזע. לאָמיר האָפֿן, אַז די צײַט צוזאַמען וועט זײַן גוט פֿאַר יעדן איינעם.


טײַערע חזנטע,

איך האָב דרײַ טעכטער, און אַלע דרײַ ווילן, אַז איך זאָל קומען צו זיי אויף פּסח. איך וואָלט זיך קיין מאָל פֿריִער נישט געקענט פֿאָרשטעלן, אַז זיי זאָלן זיך „שלאָגן‟ איבער מיר! די עלסטע טאָכטער זאָגט, אַז ס’וועט זײַן דער ערשטער פּסח מיט איר עופֿעלע. וואָלט איך נישט געדאַרפֿט פֿאַרברענגען פּסח מיט מײַן אייניקל? די מיטעלע טאָכטער זאָגט, אַז דאָס וועט זײַן דער ערשטער פּסח וואָס זי איז אַ חתונה־געהאַטע. די מיזינקע טענהט, אַז זי איז די איינציקע וואָס וווינט אַליין, וואָלט אַ יושר געווען, איך זאָל קומען צו איר פּסח. העלפֿט מיר! באַליבטע מאַמע

טײַערע באַליבטע מאַמע,

איר וואָלט זיי אַלע געדאַרפֿט ענטפֿערן, אַז “דער סדר וועט זײַן בײַ מיר!”