No Place Like Home

אַן עלעגאַנטער טיש דאַרף נישט קאָסטן קיין מאַיאָנטעק

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

ווען ס׳קומט אַ חשובֿער גאַסט צו אײַך אויף שבת, אָדער אַפֿילו אין דער וואָכן, איז שיין צוצוגרייטן דעם טיש אויף אַן עלעגאַנטן אופֿן, אַזוי ווי מע טוט אין די טײַערע רעסטאָראַנען. טאָמער קווענקלט איר זיך דאָס צו טאָן ווײַל איר מיינט, אַז ס׳וועט אײַך קאָסטן צו פֿיל, זײַט וויסן, אַז מע קאָן עס טאָן פֿאַר גאַנץ ביליק. אָט זענען עטלעכע עצות ווי דאָס צו טאָן:

* אינוועסטירט אין קלאַסיש, ווײַס געפֿעס, סײַ פֿאַר די טאָג־טעגלעכע, סײַ פֿאַר די ספּעציעלע מאָלצײַטן. ווײַסע טעלער מאַכן דאָס עסן אויסזען מער אַפּעטיטלעך, און טאַקע דערפֿאַר ניצן עס די פּראָפֿעסיאָנעלע קאָכער. געפֿינט אַ וואָלוועלן קאָמפּלעט ווײַסע טעלער און שיסלען, אָדער קויפֿט עטלעכע מיט אַ מאָל, אַפֿילו אויב זיי זענען פֿון אַנדערע סאָרטן. אַבי זיי זענען אַלע ווײַס, וועט עס אויסזען ווי איין סערוויס.

* קויפֿט אַ קאָמפּלעט גרויסע ווײַנגלעזער מיט דינע שטאַמען, אַרײַנצוגיסן רויטן אָדער ווײַסן ווײַן, אָדער אַפֿילו בלויז וואַסער. מע קען זיי קויפֿן פֿאַר גאַנץ ביליק אין די כּל־בו־געשעפֿטן. אין די אײַנקויף־קראָמען.

* אַ ווײַסער טישטעך מאַכט תּמיד אַ שיינעם רושם, אָבער נאָך בעסער איז ווען מע לייגט אַ שמאָלן „טישלויפֿער‟ איבערן טישטעך, צו שאַפֿן אַ בולטן קאָנטראַסט פֿון קאָליר. אויב דער טיש איז אַ הילצערנער, און אין אַ גוטן מצבֿ, קאָנט איר דעם „טישלויפֿער‟ אויסלייגן אַפֿילו אָן אַ טישטעך.

* קויפֿט באַזונדערע פּלאַץ־דעקלעך פֿון באַמבוק, פּאַלמען־שטאַמען (rattan) אָדער בונטער סחורה. זיי קאָסטן נישט קיין סך. אָדער איר קענט מאַכן אײַערע אייגענע פּלאַץ־דעקלעך פֿון איבערגעבליבענעם שטאָף.

* געוואַנטענע סערוויעטקעס מאַכן אַ מער עלעגאַנטן רושם ווי די פּאַפּירענע, און זענען ביליגער אויך, ווײַל מע ניצט זיי איבער. וויקלט מיט זיי אײַן די לעפֿל־גאָפּל, און בינדט זיי צו מיט פֿאַרביקע סטענגלעך. כּדי אויסצוּוואַשן אַלע פֿלעקן פֿון די סערוועטקעס און פֿונעם טישטעך, רײַבט אַרײַן אַ ביסל לויגוואַרג (detergent) אין דער סחורה, און וואַשט זיי אין קאַלט וואַסער. אָבער טריקנט זיי בפֿירוש נישט אין דער טריקן־מאַשין, ווײַל די היץ וועט אפֿשר „אײַנבאַקן‟ די פֿלעקן אויף אייביק. זאָלן די סערוויעטקעס זיך אויסטריקענען אויף דער פֿרישער לופֿט, אָדער הענגט זיי איבער עטלעכע בענקלעך.

* אויב עס וועלן זיצן בײַם טיש מער ווי פֿיר מענטשן, שטעלט צונויף נאָמען־קאַרטלעך פֿאַר יעדן איינעם. כאָטש עס קאָסט ווייניק, וועלן די געסט זיך פֿילן געהויבן! שרײַבט אָן די נעמען מיט אַ דינעם, שוואַרצן מאַרקירער אויף ווײַסע אָדער קאָלירטע קאַרטעלעך. אויב איר ווילט זיי מאַכן נאָך לעבעדיקער, שטעקט יעדעס נאָמען־קאַרטל אַרײַן אינעם שפּאַלט פֿון אַן עפּל אָדער קאַבאַקל.

* פֿילט אַ וואַזאָנע, קריג אָדער פּשוטע שיסל מיט בלומען, פֿרוכטן אָדער שישקעס, און שטעלט עס אין מיטן טיש.

* צינדט די שבת־ליכט אָדער סתּם דעקאָראַטיווע ליכטלעך אויפֿן טיש, וועט עס צוגעבן אַ שיינע אַטמאָספֿער. אויב סתּם ליכטלעך, מײַדט אויס די פּאַרפֿומירטע, כּדי נישט צו קאָנקורירן מיט די געשמאַקע ריחות פֿונעם עסן.