צווישן די פּאָפּולערע און לאַנג־יאָריקע רובריקן אין „פֿאַרווערטס‟ קאָן מען אָנרופֿן די רובריק מיטן לאַנגן נאָמען, „טראַגיקאָמישע (טראַגישע און קאָמישע) געשיכטעס פֿון לעבן פֿון ייִדישע שטעט און שטעטלעך אין פּוילן‟, וואָס פֿלעגט געדרוקט ווערן אין די שבת־נומערן. פֿונעם נאָמען אַליין איז שוין קלאָר, וואָס דער מחבר איז אויסן — קורצע נאָטיצן פֿונעם טאָג־טעגלעכן ייִדישן לעבן, זייער פֿרייד און לייד. געפֿירט האָט די רובריק ש. קראַכמאַל. אין דער לאַנגער רשימה פֿון די „פֿאָרווערטס‟־שרײַבער איז אַזאַ נאָמען נישטאָ; דעם נאָמען האָב איך אויך נישט געפֿינען אין בערל כּהנס „לעקסיקאָן פֿון ייִדיש־שרײַבערס‟ (דערשינען ווי אַ צוגאָב־באַנד צום באַקאַנטן „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור‟) — נישט צווישן די שרײַבערס און נישט צווישן די 5,800 פּסעוודאָנימען.
פֿון דעסטוועגן, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז ש. קראַכמאַל איז בפֿירוש אַ פּען־נאָמען אויפֿן סמך פֿון דעם, וואָס מיט יאָרן שפּעטער האָט זיך אונטער דער זעלבער רובריק באַוויזן אַ נײַער נאָמען פֿונעם מחבר, דהײַנו — י. סינקע. ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער? קראַכמאַל און סינקע, זײַנען צוויי וויכטיקע זאַכן אינעם פּראָצעס פֿון וואַשן וועש, בפֿרט בעטגעוואַנט. אין די צײַטן, ווען די באַלעבאָסטעס פֿלעגן עס טאָן מיט זייערע אייגענע הענט, האָבן זיי פֿאַרן אויסדרייען און אַרויסהענגען דאָס איבערגעוואַשענע זיך טריקענען, עס אָנגעקראַכמאַליעט און צוגעגעבן אַ ביסל סינקע, צום „בלוילעכל בליאַסק‟. דער מחבר פֿון די צוויי פּסעוודאָנימען, מיין איך, האָט טאַקע דעם דאָזיקן וואַש־פּראָצעס געמיינט.
אַ טייל פֿון די נאָטיצן זײַנען טאַקע גענומען געוואָרן פֿון די אייראָפּעיִשע ייִדישע צײַטונגען; און אַ טייל האָט דער מחבר אַליין אויסגעטראַכט, ווי עס פֿלעגט זיך טרעפֿן מיט די בריוו פֿון אַן אַנדער פּאָפּולערער רובריק „אַ בינטל בריוו‟. דאָס לעצטע מאָל האָט די רובריק זיך באַוויזן דעם 26סטן אויגוסט 1939. דעם 1טן סעפּטעמבער איז נאַצי־דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויף פּוילן. עס האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה. אויף דער זײַט, וווּ עס פֿלעגן זיך דרוקן די „טראַגישע און קאָמישע געשיכטעס‟ איז מיט גרויסע קידוש־לבֿנה אותיות געווען אָנגעשריבן: „מלחמה פֿלאַקערט אין גאַנץ פּוילן‟.
ווײַטער וועט איר געפֿינען אַ מוסטער פֿון אַ נאָטיץ, פֿאַרעפֿטלעכט אין דער רובריק:
אין ראַווע־רוסקע, אין מיזרח־גאַליציע, זײַנען פֿרומע ייִדן און ייִדענעס אַרויס אין קאַמף קעגן גרעטאַ גאַרבאָ, די מוּווי־אַקטריסע פֿון האָליוווּד.
די געשיכטע איז געווען אַזעלכע: אין שטעטל ראַווע־רוסקע האָט זיך געעפֿנט אַ מוּווי (קינאָ), אָבער די מוּווי האָט קיין געשעפֿטן נישט געמאַכט, ווײַל אין שטעטל, דאַרף מען וויסן, איז אַ גרויסער דלות. אַ בילעט אין מוּווי קאָסט עטלעכע צענדליק גראָשן, און עטלעכע צענדליק גראָשן איז אַ פֿאַרמעגן אין שטעטל. איז טאַקע די מוּווי געשטאַנען ליידיק און בלויז אין דרויסן זײַנען געשטאַנען מיידלעך און בחורים, און אויפֿגעכאַפּט די מוזיק, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿון אינעוויניק אין דרויסן אַרויס.
האָט דער באַלעבאָס פֿון דער מוּווי געזען, אַז ער שפּילט פֿאַר די ליידיקע שטולן, האָט ער זיך מישבֿ געווען און געמאַכט ביליק דעם פּרײַז פֿאַר די בילעטן. פֿאַר עטלעכע געציילטע גראָשן קען מען גיין זען אַ בילד. און הלמאַי זאָל מען זאָגן, דער עולם האָט טאַקע אָנגעהויבן לויפֿן אין די מוּוויס ווי נאָך מצה־וואַסער. ייִדן מיט פּאיות און ווײַבער מיט פּאַרוקן, מיידלעך, ייִנגלעך, אַפֿילו ישיבֿה־בחורים זײַנען געלאָפֿן אין די מוּוויס און געקוויקט זיך מיט די בילדער פֿון די אַמעריקאַנער סטאַרס און סטאַריכעס.
ייִדן האָבן דערבײַ געהאַט אַן אויסרעכענונג אויך: אַז מע זיצט אַ ווינטער־אָוונט אין שטוב, מוז מען הייצן אין אויוון, מע דאַרף ברענען אַ לאָמפּ. דאָס אַלץ קאָסט געלט. אַז מע זיצט אין די מוּוויס, פֿאַרשפּאָרט מען די אַלע זאַכן. אַגבֿ, פֿאַרגעסט מען אין הונגער אויך. מ‘איז זאַט פֿון די שיינע בילדער. אַזוי אַז אי מ‘ברענגט זיך אײַן געלט, און מע זעט אַלערליי אַמעריקאַנער באַנדיטן, וואָס יאָגן זיך אַרום אין אויטאָמאָבילן מיט רעוואָלווערן; אַלערליי קאָמעדיעס און טראַגעדיעס, אַ חוץ מוזיק און געזאַנג.
דער מוּווי־באַלעבאָס האָט תּמיד געהאַט אַ פֿולע מוּווי מיט מענטשן. די צושויער האָבן זיך געוויילט און געקוואָלן פֿאַר נחת; און אַלע צדדים זײַנען געווען צופֿרידן.די יונגע בחורים און מיידלעך, וואָס זוכן פֿינצטערניש, זײַנען אַוודאי געווען צופֿרידן.
בלויז דער רבֿ אין שטעטל נישט געווען צופֿרידן, ווײַל ערשטנס, האָט ער געזאָגט, דאַרף אַ ייִד בכלל נישט זען אַזעלכע זאַכן; ווײַזט מען דאָרט אַלערליי נקבֿות, אָפֿטמאָל נישט אין גאַנצן אָנגעטאָן. אויך קושן זיך ווײַבער מיט מענער אויפֿן בילד, און כאָטש זיי זײַנען נישט קיין לעבעדיקע, בלויז בילדער, ברענגען זיי, פֿון דעסטוועגן, צו זינד און שלעכטע געדאַנקען. אויסער דעם האָבן בחורים אויפֿגעהערט צו לערנען תּורה זינט זיי לויפֿן אין די מוּוויס. דאָס בית־המדרש אין שטעטל שטייט פּוסט און ליידיק, און קיינער שטעקט אַהין נישט אַרײַן. די גמרות ליגן און קיינער רירט זיך צו זיי נישט צו.
יעדן שבת אויף ס׳נײַ האָט דער רבֿ געקלאַפּט אין טיש און גערופֿן די ייִדן פֿון שטעטל, אַז צוליב דעם „טריאַטער‟ וועט קומען אַן אומגליק אויף ראַווע־רוסקע. ייִדן האָבן געהערט און צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, אָבער גלײַך שבת־צו־נאַכטס ווידער געלאָפֿן זען די בילדער.
גאָר אין גיכן זײַנען דעם רבֿס רייד מקוים געוואָרן. אין איינער אַ נאַכט האָט געטראָפֿן אַ צרה אין שטעטל. דעם נגידס טאָכטער, אַ כּלה־מיידל, וועלכער מע האָט גערעדט שידוכים, האָט פּלוצעם באַגנבֿעט דעם אייגענעם טאַטן; זי האָט אַרויסגענומען זײַן גאַנץ געלט, אַ חוץ אַנדערע זאַכן, און אַנטלאָפֿן מיט איר געליבטן, און דערצו נאָך מיט אַ פּראָסטן יונג, אַ סטאָליער.
אין דעם בריוו, וואָס זי האָט איבערגעלאָזט, האָט זי געלאָזט וויסן איר פֿאָטער, אַז געבראַכט האָט זי צו דעם טאַט גרעטאַ גאַרבאָ. זי האָט געזען אַ ליבעס־בילד מיט גרעטאַ גאַרבאָ, וועלכע אַנטלויפֿט מיט איר געליבטן וווּ נאָר די וועלט האָט אַן עק. דאָס האָט אויף איר געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק, אַז זי האָט באַשלאָסן איר נאָכצוטאָן. צוליב דעם טאַקע האָט זי זיך באַקענט מיט אַ בחור אין דער מוּווי. זיי האָבן זיך געשווירן אין אייביקער ליבע און אויך אַנטלאָפֿן.
איצט האָט דאָס שטעטל דערזען, אַז דער רבֿ איז געווען גערעכט, ווען ער האָט די גאַנצע צײַט געטהנעט, אַז דער „טריאַטער‟ וועט ברענגען צו אַן אומגליק. טאַטעס פֿון דערוואַקסענע טאַטעס האָבן גענומען ציטערן. דער רבֿ האָט טאַקע געלאָזט רופֿן אַן אַסיפֿה פֿון אַלע באַלעבאַטים, כּדי מישבֿ צו זײַן זיך ווי אַזוי צו באַקעמפֿן דעם „טריאַטער‟. נאָך לאַנגע וויכּוחים און רעדעס האָבן די ראַווע־רוסקער באַלעבאַטים אָנגענומען עטלעכע באַשלוסן קעגן דער אַמעריקאַנער מויד, דער גרעטאַ גאַרבאָ, וואָס פֿירט אַראָפּ ייִדישע טעכטער פֿון גלײַכן וועג.
ערשטנס, איז באַשלאָסן געוואָרן אַז אַלע ייִדן, וואָס וועל גיין זען בילדער אין דער מוּווי, אָדער זיי וועלן לאָזן זייער קינדער גיין דאָרטן, זאָלן פֿאַרלירן די רעכט צו וויילן ראָשי־קהל צו דער קהילה. צווייטנס, איז אָנגענומען געוואָרן אַ באַשלוס, מע זאָל גיין צום באַלעבאָס פֿון דער מוּווי און אין נאָמען פֿון קהל אים צווינגען ער זאָל העכערן דעם פּרײַז אויף אַ בילעט אויף דרײַ מאָל אַזוי פֿיל, וויפֿל עס קאָסט איצט. אויב ער וועט נישט וועלן העכערן דעם פּרײַז, וועט מען אים די גאַס נישט לאָזן דורכגיין. מע וועט אים יאָגן און פּלאָגן, ביז ער וועט מוזן נאָכגעבן דעם קהלס וווּנטש.
דריטנס, זאָל ער קיין מאָל מער נישט באַווײַזן די מויד פֿון אַמעריקע, די גרעטאַ גאַרבאָ, וואָס האָט אין זיך אַ פֿינצטערן כּוח אַראָפּצופֿירן פֿון גלײַכן וועג.
איצט זײַנען די ראַווע רוסקער ייִדן זיכער, אַז די טאַטעס פֿון דערוואַקסענע טעכטער וועלכן קענען שלאָפֿן רויִק, נישט דאַרפֿנדיק מורא האָבן פֿאַר זייער געלט און טעכטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.