יוסף רומשינסקי איז גוט באַקאַנט ווי אַ ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, מחבר פֿון פּאָפּולערע זינגלידער און אָפּערעטעס. ערשט נישט לאַנג צוריק האָט די „פֿאָלקסבינע‟ געשפּילט אין ניו־יאָרק מיט גרויס דערפֿאָלג זײַן אָפּערעטע „די גאָלדענע כּלה‟. רומשינסקי האָט אויך לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיטן אָרקעסטער בײַ דער ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD, וואָס האָט געהערט דער „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟.
גאָר ווייניק, אָדער כּמעט פֿאַרגעסן איז געוואָרן זײַן נאָמען, פֿאַרבונדן מיט דער צײַטונג גופֿא. זײַן דיריגיר־שטעקעלע פֿלעגט רומשינסקי אָפֿט פֿאַרבײַטן אויף אַ פּען. חוץ אַרטיקלען וועגן מוזיק און מוזיקער, טעאַטער און אויפֿפֿירונגען, האָט ער אויף די שפּאַלטן פֿון „פֿאָרווערטס‟ געדרוקט מיט המשכים זײַנע זכרונות וועגן זײַן טעאַטער־טעטיקייט, וואָס זײַנען שפּעטער אַרויס אויף ייִדיש אין אַ בוך־פֿאָרעם. יוסף רומשינסקי האָט אָבער געהאַט אַ זעלטענעם טאַלאַנט פֿון דערציילן אויסגעטראַכטע מעשׂיות פֿון דער קונסטוועלט, פֿול מיט הומאָר, גראָטעסק און שאַרפֿזיניקער אײַנפֿאַלערישקייט. ער פֿלעגט זיי דרוקן אין דער רובריק „מענטשן, טיפּן אַרום ייִדישן טעאַטער‟. איך לייג אײַך פֿאָר צוויי מוסטערן פֿון אַזאַ מין מעשׂה; אָבער קודם, עטלעכע ווערטער וועגן די הויפּט־העלדן פֿון די דאָזיקע מעשׂיות.
זיגמונד מאָגולעסקאָ, פֿון דער היים יואל שאַריגראָדסקי, איז געבוירן געוואָרן אין 1858, אינעם שטעטל זלאַטאָפּאָליע, בעסאַראַביע. צו 9 יאָר איז אים געשטאָרבן דער טאַטע, און די מאַמע גיט אים אַוועק ווי אַ משורר צום חזן יוסף העלער. דער גורל פֿון אַ משורר גייט אים נאָך ביז 14 יאָר, ווען ער טרעט אַרײַן אין דער בוקאַרעסטער קאָנסערוואַטאָריע (רומעניע). אין 1874 ווערט ער רעקאָמענדירט ווי אַ כאָריסט אין דער גאַסטראָלירנדיקער פֿראַנצייזישער אָפּערעטע־טרופּע. אַ וויכטיקער מאָמענט אויף זײַן שאַפֿערישן וועג איז געווען די טרעפֿונג מיט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וואָס האָט אים פֿאַרבעטן צו שפּילן אין זײַן טרופּע. מאָגולעסקאָ ווערט גיך פּאָפּולער און באַליבט צווישן דעם רומענישן ייִדישן עולם. אַרום דעם „אַפֿטיאָר‟ פֿאַרשפּרייטן זיך כּלערליי געשיכטעס, נישט זעלטן דערציילט פֿון מענטשן, וואָס האָבן אים גאָר קיינמאָל נישט געזען און נישט געהערט. זײַן נאָמער ווערט באַקאַנט איבער רוסלאַנד און ווײַטער — אין אייראָפּע, וווּ ער שפּילט אין די בעסטע ייִדישע טעאַטערס. אין 1886 איז מאָגולעסקאָ מיט זײַן טרופּע געקומען קיין ניו־יאָרק. אַרײַנגעשלעפּט אינעם זידנדיקן טעאַטראַלישן קאָך־קעסל, קומט אים נישט איין מאָל אויס צו פֿאַלן און זיך ווידער שטעלן אויף די פֿיס. זײַן געזונט ווערט אונטערגעריסן. אין סאַמע שפּיץ פֿון זײַן אַקטיאָרישער קאַריערע פֿאַרלירט מאָגולעסקאָ זײַן שטים. וועגן דעם טאַקע דערציילט אויף זײַן הומאָריסטישן אופֿן יוסף רומשינסקי אין דער מעשׂה „פּאַוואָלע — פֿעטער‟.
זיגמונט מאָגולעסקאָ איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק, דעם 4טן פֿעברואַר 1914. ער איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אויפֿן „וואַשינגטאָר־בית־עולם‟. דאָרט האָט אויך געפֿינען זײַן אייביקע רו אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען.
די גרעסטע טראַגעדיע אין מאָגולעסקאָס לעבן איז געווען, ווען ער האָט פֿאַרלוירן זײַן שטים, און אויך כּמעט זײַן לשון אַזוי, אַז מען האָט קוים געקענט הערן ווי ער רעדט. דאָס האָט אים געטראָפֿן אין דער צײַט, ווען דאָס ייִדישע טעאַטער האָט צום ערשטן מאָל אין זײַן עקסיסטענץ אָנגעהויבן זען „ריכטיק געלט‟. דער הונגער און די נויט האָבן זיך כּמעט געענדיקט מיט דעם גרויסן סוקצעס פֿון שמרס „אימיגראַנטן‟. מאָגולעסקאָ האָט דאַן געשפּילט דעם משרת „פֿײַטל‟, וווּ ער האָט זיך געהאַט אַ ווערטל, אַזוי ווי אַ לייטמאָטיוו אין דער מוזיק. מאָגולעסקאָס אַ ווערטל פֿלעגט מען אַלע מאָל נאָכזאָגן אין אַלע שעפּער, אין די גאַסן און אין די היימען. אָבער דער „פּאַוואָליע, פֿעטער‟ פֿון די „אימיגראַנטן‟, האָט איינפֿאַך פֿאַרכאַפּט גאַנץ אַמעריקע, סײַ ייִדן, סײַ קריסטן. און אין אָט דער גלענצנדיקער צײַט איז מאָגולעסקאָ כּמעט שטום געוואָרן! פֿון שפּילן איז שוין דאַן קיין רייד ניט געווען. גאַנץ אַמעריקע האָט געטרויערט מיט מאָגולעסקאָן. דאָקטוירים האָבן אים געהייסן זיצן אין פּאַרק וואָס מער, וואָס מער געניסן פֿרישע לופֿט. ער פֿלעגט גאַנצע טעג זיצן אין זאָאָלאָגישן פּאַרק און זיך שפּילן מיט די חיות. אַזוי האָט דאָס אָנגעהאַלטן אַ פּאָר יאָר. דאָס זײַנען געווען אַ פּאָר יאָר, ווי מען וואָלט זאָגן אין ייִדישן טעאַטער, פֿון „לײַדן און שווײַגן‟.
און אַזוי זיצנדיק אין פּאַרק, זעט מאָגולעסקאָ אַ שיינעם, גרויסן פּאָפּוגײַ. ער נעמט עפּעס אַרויס פֿון קעשענע, און וויל עס געבן דעם פּאָפּוגײַ, שרײַט דער פּאָפּוגײַ צו מאָגולעסקאָן: „פּאַ־וואָ־ליע פֿע־טער… פּאַ־וואָ־ליע פֿע־טער…‟ מאָגולעסקאָ, הערנדיק די ווערטער פֿון דעם פֿויגל, איז געוואָרן אַזוי באַגײַסטערט און צעטומלט, אַז ער האָט אָנגעפֿאַנגען שטאַמלען די ווערטער. דער פּאָפּוגײַ, הערנדיק מאָגולעסקאָן, שטאַמלענדיק די ווערטער, האָט געשריִען העכער „פּאַ־וואָ־ליע פֿע־טער‟. מאָגולעסקאָ, פֿון באַגײַסטערונג, נאָך העכער. דער פּאָפּוגײַ האָט דערקענט דעם אָריגינעלן טאָן, איז עס געוואָרן אַ געשריי פֿון ביידן, איינער נאָכן אַנדערן „פּאַוואָליע פֿעטער‟. דער פּאָפּוגײַ שטאַרקער, און מאָגולעסקאָ נאָך שטאַרקער. מער ווי צוויי יאָר האָט ער ניט געהערט זײַן אייגענע שטים, און די באַגײַסטערונג און דאָס שרײַען האָט אָנגעהאַלטן ביז עס איז זיך צוזאַמענגעקומען אַ גרויסער עולם אַרום אים. ער האָט זיך לאַנגזאַם אָפּגעטראָגן און איז געלאָפֿן אַהיים, וווּ עס איז געווען אַן אומעט. דרײַ קינדערלעך מיט זײַן פֿרוי, מאַלי, וועלכע ער האָט זייער ליב געהאַט, זײַנען געזעסן און געוואַרט און געהאָפֿט, ניט וויסנדיק אויף וואָס. מאָגולעסקאָ איז אַרײַנגעקומען און האָט אויסגעשריִען:
„פּאַוואָליע, מאַלי, גיב אַ גלאָז טיי‟, און מיט אַ שמייכל און מיט אַ טופּע פֿון זײַן געשמאַקן מאָגולעסקאָ־פֿיסל, האָט ער ווידער געזאָגט:
„מאַלי, טײַערע; קינדער, טײַערע, איר הערט ניט ווי איך שרײַ? נו, נו, פּאַוואָליע, מאַלי: גיב אַ גלאָז טיי‟.
דוד קעסלער (1860־1920) איז געווען איינער פֿון די אָנפֿירנדיקע אַקטיאָרן און פֿאַרוואַלטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער במשך פֿון דער בלי־תּקופֿה פֿונעם ייִדישן טעאַטער אינעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. ער איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו. צו 20 יאָר איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון ייִדל גאָלדפֿאַדענס (אַ ברודער פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען) טרופּע און צוזאַמען זענען זיי געפֿאָרן איבער דרום־רוסלאַנד. ווען דער קייסער האָט פֿאַרווערט דעם ייִדישן טעאַטער אין 1882, איז ער געפֿאָרן מיט זיגמונד מאָגולעסקאָס טרופּע אין רומעניע; שפּעטער, אין 1886, איז ער אָנגעקומען אין לאָנדאָן און דערנאָך, אין 1890, קיין ניו־יאָרק. דאָרטן האָט קעסלער געשפּילט אין יעקבֿ גאָרדינס ערשטער פּיעסע „סיביר‟ (1891), אויפֿגעפֿירט פֿון יעקבֿ אַדלער. קעסלער איז דערנאָך אויפֿגעטראָטן אין אַנדערע פּיעסעס פֿון גאָרדין און איז ספּעציעל באַרימט געוואָרן פֿאַר זײַן ראָלע אין גאָרדינס שפּיל „גאָט, מענטש און טײַוול‟. אין 1913 האָט ער אויפֿגעשטעלט דעם „דוד קעסלער־טעאַטער‟, וואָס מע האָט פֿאַרגלײַכט מיט די טעאַטערס פֿון אַדלער און טאָמאַטשעווסקי, און וואָס האָט אויפֿגעפֿירט די פּיעסעס פֿון די סאַמע באַקאַנטע ייִדישע דראַמאַטורגן.
דוד קעסלער כאַפּט מיך אָן אין גאַס און זאָגט צו מיר מיט אַ בעטנדיקן טאָן: „פּראָפֿעסאָראַ, טוט מיר אַ טובֿה, איר מוזט עס פֿאַר מיר טאָן‟, און זײַן טאָן ווערט אַלץ בעטנדיקער און וויינענדיקער, „איר מוזט עס טאָן‟…
„וואָס איז, מר. קעסלער?‟ — פֿרעג איך אים. און קעסלער רעדט ווײַטער:
„הײַנט בײַ נאַכט עפֿנט דער אַקטיאָר ס… אַ רעסטאָראַן, בעט איך אײַך, זײַט בײַ דער עפֿענונג. ברענגט אײַער פֿרוי, אײַערע קאָלעגן מוזיקער, און ניט נאָר הײַנט, קומט אַהין אַ דרײַ־פֿיר מאָל אַ וואָך… לאָמיר מאַכן דעם רעסטאָראַן פֿאַר אַ סוקצעס… איך וועל ׳קענוועסן׳ [ווערבירן] פֿאַר דעם רעסטאָראַן מער ווי פֿאַר מײַן טעאַטער‟.
„מר. קעסלער‟, — זאָג איך, — „וואָס זײַט איר אַזוי פֿאַראינטערעסירט אין דעם רעסטאָראַן? זײַט איר דאָרטן אַ שותּף?‟
„אָ, חלילה‟, — ענטפֿערט קעסלער, — „ניט נאָר איך בין פֿאַראינטערעסירט אין רעסטאָראַן, און ניט נאָר איר דאַרפֿט זײַן פֿאַראינטערעסירט, אַז דער רעסטאָראַן זאָל זײַן אַ דערפֿאָלג, נאָר די גאַנצע טעאַטער־פּראָפֿעסיע דאַרף זײַן פֿאַראינטערעסירט, אַז דער רעסטאָראַן זאָל זײַן אַ גרויסער סוקצעס‟.
און מיט זײַנע קעסלערישע דראַמאַטישע טענער רעדט ער ווײַטער:
„איר קענט דאָך דעם אַקטיאָר ס… וואָס אַן ‘עקטער’ דאָס איז… וואָס פֿאַר אַן אומגליק ער איז פֿאַר אונדזער טעאַטער… איר פֿאַרשטייט… אַז מיר וועלן אים העלפֿן פֿאַרקויפֿן סטייקן, וועט אונדז אפֿשר געלינגען, אַז מיר זאָלן פּטור ווערן פֿון אים ווי אַן אַקטיאָר… פּראָפֿעסאָראַ, העלפֿט מיר פֿאַרקויפֿן סטייקן אין ס… רעסטאָראַן… אפֿשר וועט אונדז געלינגען, אפֿשר וועט אונדז געלינגען‟…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.