שיקט אײַערע שאלות צו: sholemberger@yiddish.forward.com
ליבער ד”ר בערגער,
כ’האָב לעצטנס אַדורכגעמאַכט אַ טראַוומאַטישן שאָדן צום מוח, און כ’וויל וויסן, צי די מאַריכואַנע קען העלפֿן ווי אַ רפֿואה.
אַ דאַנק,
מ. וו.
ניו־יאָרק
טײַערע מ. וו.,
ערשטנס ווינטש איך אײַך אַ רפֿואה-שלימה. ווי איר ווייסט מסתּמא, לײַדן מיליאָנען אַמעריקאַנער פֿון טראַוומאַטישע מוח-צעשעדיקונגען (traumatic brain injury). אַפֿילו בײַ די, וואָס האָבן נישט אַדורכגעמאַכט קיין שווערן שאָדן, קענען זיי סײַ־ווי לײַדן פֿון ערנסטע און לאַנג־דויערנדיקע נאָכעפֿעקטן. אַזאַ שאָדן קען אַרויסגערופֿן ווערן פֿון עטלעכע סיבות, אַרײַנגערעכנט אויטאָ-סיבות (די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע), ספּאָרט-צונויפֿשטויסן, ווי אויך גוואַלדטאַטן אין דער היים אָדער גלאַט אַזוי פֿון פֿרעמדע. כאָטש די פֿיזישע טעראַפּיע און די קאָגניטיווע-אויפֿפֿיר-טעראַפּיע (ווי מיט אַ סך אַנדערע כראָנישע קרענקען) זײַנען מעגלעכע צוגאַנגען, ווערן די געליטענע פֿון טראַוומאַטישע מוח-צעשעדיקונג אָפֿטמאָל פֿרוסטרירט, און זוכן מיט ליכט אַנדערע מיטלען.
איר האָט אפֿשר געהערט, אַז די מעדיצינישע מאַריכואַנע ווערט לעצטנס מער פּאָפּולער און לעגאַל אין עטלעכע יורידישיע ראַיאָנען. אויף ווייטיקן, נישט-גוטקייט און טייל אַנדערע סימפּטאָמען קען דאָס זײַן נוצלעך פֿאַר אַ טייל חולים. און אפֿשר קען עס העלפֿן ווי אַ מיטל צום מוח-שאָדן?
צום באַדויערן איז נאָך נישט קלאָר. איין פּראָבע האָט אײַנגעשפּריצט אַ מאַריכואַנע-פּרעפּאַראַט (אָדער אַ פּלאַצעבאָ) אין די געליטענע אויפֿן מוח-פֿעלער און פֿאַרגליכן די רפֿואות — און נישט געפֿינען קיין באַטײַטיקן אונטערשייד. אַ צווייטע שטודיע פֿון אַן אַנדער מין האָט שטודירט די געשיכטע, צו זען צי מענטשן וואָס קומען גיכער צו זיך נאָך אַזאַ ניזוקונג האָבן אפֿשר אָפֿטער גענוצט מאַריכואַנע. עפּעס אַן אַסאָסיִאַציע האָט מען יאָ אָפּגעזוכט, נאָר ווי ס’ווייסן געניטע לייענערס פֿון די הײַנטיקע מעדיצינישע נײַעס, איז אָפֿט מאָל אַזאַ פֿאַרבינדונג בכלל נישט כּדאַי צו מאַכן אַ צימעס דערפֿון. אַ פֿאַרבינדונג, מיט איין וואָרט, איז לאוו-דווקא טײַטש אַ סיבה.
שוין יאָרן לאַנג פֿירט מען דורך שטודיעס אין פֿאָרש-טעלערלעך און געוויקסן וואָס קערן ווײַזן, אַז מאַריכואַנע (צי קרובֿישע כעמיקאַלן) קענען אפֿשר באַשיצן מוח-קעמערלעך קעגן די ווירקונגען פֿון מוח-שאָדנס. צי זייערע אַנטדעקונגען וועלן אַ מאָל אַריבערגעפֿירט ווערן אין מענטשן ווייס איך נישט. אַנדערע מעדיקאַמענטן פֿאָרשט מען אויך. האָפֿנטלעך וועט מען מאַכן אַ פּעולה, און מע קען זיכער אויך האָפֿן, אַז די רעסורסן און אויפֿמערק אַפּגעגעבן דער טראַוומאַטישער מוח-צעשעדיקונגע וועלן באַלד אויסטראָגן פּרות.
דערווײַל לייגט מען דעם טראָפּ אויף פּרוּוון פֿאַרהיטן לכתּחילה אַזאַ מוח-שאָדן, זאָל זײַן אויפֿן ספּאָרטפֿעלד, דעם שאָסיי, צי אין דער גאַס. אַזאַ צוגאַנג וועט נישט זײַן קיין טרייסט פֿאַר די וועלכע לײַדן שוין דערפֿון ווײַל די עקספּערטן פֿאַרשטייען נאָך אַלץ נישט די סיבות פֿון מוח־טראַומע. פֿון דעסטוועגן קען מען זי הײַנט פֿאָרט בעסער באַהאַנדלען ווי אַמאָל, און האָפֿנטלעך וועט מען אין דער נאָענטער צוקונפֿט זיך דערוויסן מער פּרטים דערפֿון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.