שלום גערץ ראַניען און תּמרה גליסאָן


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

ייִדישער סוף־וואָך אין מעקסיקע

פֿון שלום גערץ ראַניען און תּמרה גליסאָן

ייִדישער סוף־וואָך אין מעקסיקע
אין אַ הײסן נאָכמיטאָג, דעם 7טן מערץ, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט 26 מענטשן אויפֿן פּאַרקירפּלאַץ פֿון אַ ייִדישער שול אין אַ געגנט הינטער מעקסיקע-שטאָט. אין אױטאָבוס האָבן זיך אויסגעזעצט אַלע, סײַ דאָקטױרים, סײַ לערערקעס פֿון די אַמאָליקע מעקסיקאַנער ייִדישע שולן, סײַ אַ פּאָר גראַדויִר-סטודענטן פֿון מעקסיקע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דער צװעק: אַ ייִדישער סוף-װאָך װײַט פֿון דער פֿאַרהאַװעטער מעקסיקאַנער הױפּטשטאָט, אין דער רויִקער קוראָרט-שטאָט איקסטאַפּאַן דע לאַ סאַל; אַ רײַזע פֿון אַ פּאָר שעה איבער די בערג קײן דורם-מערבֿ. דאָרטן, צװישן די װאַרעמבעדער און די כאַקאַראַנדע-בלומען, האָט מען פּלאַנירט דורכפֿירן אַן אינהאַלטרײַכע פּראָגראַם — כּמעט אין גאַנצן אױף ייִדיש.Read More