יוסף בורג


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

בײַם ברעג

פֿון יוסף בורג

בײַם ברעג
זיצט זיך דער טאַטע אַזױ אַ פֿאַרטראַכטער בײַם ברעג פֿונעם טשערמוש און מיט זײַנע האַלב־פֿאַרמאַכטע, װי אין לײַכטן דרעמל אַראָפּגעלאָזטע אױגן מעסט ער די װײַסקײט פֿונעם טײַך, װאָס רײַסט זיך באַרג־אַראָפּ פֿון די געדיכטע צעװאַקסענע װעלדער און יאָגט מיט אַ װילדן ברום פֿאַרבײַ. דערזעט ער, דער טאַטע, דעם װײַסן שױם, װאָס װיגט זיך אױף די כװאַליעס, הײבט ער שטאַרקער אױף די װיִעס און קוקט נאָך, װי שטיקער האָלץ װערן אָפּגעריסן און בלײַבן פֿאַרטשעפּעטע הענגען בײַ די ברעגעס. שעפּטשעט ער אַרױס שטיל, װי פֿאַר זיך אַלײן:Read More