פֿון חנה מלאָטעק
דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק האָט די „פֿאָלקסבינע‟ אין ניו־יאָרק אויפֿגעפֿירט אַ „גילבערט און סאָליוואַן־פּורים־שפּיל‟ אין אַ געפּאַקטן זאַל. די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם, איז געווען באַזירט אויפֿן סקריפּט פֿון חנה מלאָטעק, וואָס האָט באַאַרבעט די מוזיק פֿון די באַקאַנטע ענגלישע קאָמפּאָזיטאָרן און צוגעשטעלט נײַע טעקסטן. די דאָזיקע פּורים־שפּיל האָט מען צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט אין אַן „אַרבעטער־רינג‟־שול אין 1968, און דער סקריפּט איז צוויי מאָל געדרוקט געוואָרן. מיר ברענגען דאָ נאָר דרײַ אויסצוגן פֿונעם סקריפּט, אָבער ווער עס וויל קען לייענען דעם גאַנצן טעקסט און הערן די מוזיק דאָ:
Read More