פֿון יוסף אָפּאַטאָשו
ס׳איז געווען אַ זונטיק פֿאַר ראָש־השנה.
Read More
פֿון יוסף אָפּאַטאָשו
דאָקטאָר אַבולאַפֿיע, דער הויפּט־ראַבאַי פֿון דער ספֿרדישער קהילה „נווה־שלום‟, איז אַ גאַנצן פֿרימאָרגן געווען שלעכט אויפֿגעלייגט. דער זעכציק־יעריקער אַבולאַפֿיע האָט זיך שטענדיק איבערגענומען, אַז ער גייט אין זײַן זיידנס דרכים, אין זײַן פֿאָטערס דרכים. דער זיידע, דער טאַטע — אַמסטערדאַמער רבנים — האָבן געקענט שטעלן אויף זיך. זיי האָבן קיין מאָל נישט דערלאָזט, אַז אַ קריסט, צי אַ קריסטין, זאָלן צוליב אַ שידוך, צוליב אַ ליבע, ווערן ייִדן.
Read More
פֿון יוסף אָפּאַטאָשו
נאָכן לוסטגאָרטן, װוּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען אַ צערקװע און הײַנט איז פֿון דער צערקװע געבליבן בלױז דער ציגלנער פֿונדאַמענט — דאָרט, צװישן שטײנער און װילדע געװיקסן, איז געלעגן קיװקע גנבֿ. לעבן אים — אַ רעקל. אױפֿן רעקל — אַ בלױ טוכן היטל מיט אַ לעדערנעם דאַשיק. קיװקע האָט זיך געװאַרעמט. ס׳העמד אַרום האַלדז איז בײַ אים געװען צעקנעפּלט. ער האָט הנאה געהאַט, װאָס די סעפּטעמבער־זון בריט נישט מער, װאָס אַרום איז אַזאַ בלױע רחבֿות. און אין דער רחבֿות, װוּ עס טראָגן זיך אלול־פֿעדים, הערט זיך ס׳געקלימפּער פֿון טרוקענע בלעטער, הערט זיך אַ װײַט גערודער פֿון װילדע גענדז.
Read More