זלמן ווענדראָף


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

אַ סגולה קעגן עלטער

פֿון זלמן ווענדראָף

אַ סגולה קעגן עלטער
איך האָב שױן, ברוך־השם, אַזאַ מזל, אַז איך דערװיס זיך אָפֿט מאָל פֿון לײַטן װעגן זיך אַזױנס, װאָס מיר אַלײן איז ניט באַװוּסט. אַזױ, צום בײַשפּיל — נאָך אין 1918 יאָר האָב איך זיך דערװוּסט פֿון די אַמעריקאַנער “פּײפּערס”, אַז “דעם קאָמיסאַרס רעכטע האַנט אין ייִדישן קאָמיסאַריאַט בײַם נאַרקאָמנאַץ איז דער ייִדישער שרײַבער װענדראָף”, כאָטש מיר אַלײן איז ביז דאַן באַװוּסט געװען, אַז אין דעם נעמלעכן קאָמיסאַריאַט פֿאַרנעם איך בלױז דעם באַשײדענעם פּאָסטן פֿון פֿאַרװאַלטער מיט דער “סעקציע פֿון קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם”, דער פּערסאָנאַל פֿון װעלכן איז באַשטאַנען פֿון אײן פּערזאָן — טאַקע פֿון מיר גופֿא.Read More