פֿון וועראַ סאַבאָ
פֿונעם 13טן ביזן 24סטן יאַנואַר 2013 איז פֿאָרגעקומען אין בית בן־יהודה אין ירושלים דער צװײטער װינטערקורס פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. צװאַנציק סטודענטן פֿון זעקס לענדער (ישׂראל, דײַטשלאַנד, אונגערן, אוקראַיִנע, דרום־אַפֿריקע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן) האָבן זיך פֿאַרטיפֿט אין דער ייִדישער גראַמאַטיק אונטער דער הדרכה פֿון אליעזר ניבאָרסקי און דניאל בירנבאַום, און געלײענט פּערל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור מיט מרים טרין און וועראַ סאַבאָ.
Read More