ב. חסיד


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

איז דאָ אַ גזירת־גיוס אדער נישט? ווער איז גערעכט?

פֿון ב. חסיד

איז דאָ אַ גזירת־גיוס אדער נישט? ווער איז גערעכט?
וויפיל קעגנגעזעצטע שמועות האבן מיר שוין געהערט איבער דער אזויגערופענער גזירת גיוס? איינער שרייט אז ס’איז דא א גזירת שמד, די רעגירונג פארלייגט זיך צו שמד’ן אלע חרדישע אידן, בשעת אנדערע שרייען אז ס’איז אבי געזאגט. אין א לעצטיגן כינוס אין מאנסי האט דער סאטמארער רבי פון קרית יואל, ר’ אהרן טייטלבוים, אפגעווארפן די טענה אז ס’איז דא א גזירה אויפ’ן סמך פון א גאנץ פשוט’ן ארגומענט: “מ’צווינגט דאך נישט קיינעם צו גיין אין מיליטער…” איך בין נישט קיין חסיד פון דעם רבי’ן, אבער איך זוך פארט צו דערגיין וואס דא טוט זיך.  Read More


קענען מענטשן זײַן טאָלעראַנט פֿון יענע וואָס גלייבן אַנדערש?

פֿון ב. חסיד

קענען מענטשן זײַן טאָלעראַנט פֿון יענע וואָס גלייבן אַנדערש?
איך גיי אויף דער גאס און קוק זיך איין אין די צענדליגער מענטשן וואס גייען מיך פארביי, און ס׳נעמט מיך ארום אן אומעטיגער געדאנק. יעדער מענטש איז א וועלט וואס איז אויסגעבויט געווארן אין זיין באשטימטער סביבה, און איך קען זיי גארנישט פארשטיין. יעדער מענטש טראכט דאס זעלבע ווי אנדערע מענטשן אין „זיין גרופע”, און דער וואס געהערט נישט צו יענער גרופע וועט אים נישט קענען פארשטיין. באטראכטנדיג דאס, זע איך נישט וויאזוי די מענטשהייט זאל זיך קענען אמאל אינעם עתיד פארשטיין איינער דעם אנדערן.Read More


שבתי צבֿי און ציוניזם: דער סאַטמאַרער קוקװינקל

פֿון ב. חסיד

שבתי צבֿי און ציוניזם: דער סאַטמאַרער קוקװינקל
מיט פופציג יאר צוריק איז די אלט-שטאט ירושלים געווארן באפרייט און פון דעמאלט האט זיך געעפנט א ניי בלעטל אין דער געשיכטע פון מדינת ישראל. בשעת ארץ ישראל איז געווארן ארומגענומען מיט אן עקסטאזע, נאכדעם וואס ירושלים איז צוריק אריין אין אידישע הענט צום ערשטן מאל נאך צוויי טויזנט יאר, און א רעליגיעזע התלהבות האט ארומגעכאפט די ארץ-ישראל’דיגע באפעלקערונג, האט מען אין סאטמאר געזען אין דעם א פרישער נסיון פון ציונות קעגן וועלכן מ’דארף זיך ספראווען. אין ארץ ישראל האט מען געטאנצט אין די גאסן, אבער דער סאטאמארער רב האט דאס נישט ליב געהאט.Read More


די שיינקייט פֿון מאַנהעטן אין אַ פּרעכטיקן פֿרילינג־טאָג

פֿון ב. חסיד

די שיינקייט פֿון מאַנהעטן אין אַ פּרעכטיקן פֿרילינג־טאָג
ס׳איז דא א באשטימטע ברכה וואס מ׳מאכט ווען מ’זעט די בלימעלעך וועלכע שפראצן ארויס אויף די ביימער וואס וועלן אט אט אנהייבן ארויסגעבן פרוכט. איז אבער נישטא אפשר א ברכה וואס מ’זאל מאכן ווען מ’זעט וואו די מענטשן פראלן אויף די טירן פון זייערע הייזער און ווארפן זיך אריין אין די ארעמס פונעם פרילינג?Read More


חסידישע ייִדן בײַ אַ ספּאָרט־מאַטש

פֿון ב. חסיד

חסידישע ייִדן בײַ אַ ספּאָרט־מאַטש
איך וויל אייך דערציילן איבער א דערפארונג וואס איך האב געהאט אמאל, ווען א נאנטער ידיד, א חסידישער איד, האט מיך געלאדן איך זאל קומען מיט אים זען א מאטש פון „אייז־האקי” (ice hockey) וואו רוסישע סטודענטן וועלן שפילן קעגן אמעריקאנער. כאטש איך פארשטיי נישט די תקנות פון ספארטס גלייב איך אז נאך די הונדערט און צוואנציג וועט מען מיך פרעגן אין הימל צי איך האב כאטש געזען אמאל ווי די קינדער פון אדם און חווה שפילן זיך אויף דער וועלט, און צי איך האב בכלל פרובירט צו באקענען די פילפארביגקייט פון דער מענטשהייט, ובכן האב איך זיך ארויפגעכאפט אויף דער געלעגנהייט און איך בין ארויס צוזאמען מיט יענעם צו זען דעם מאטש.Read More