פֿון בת צלפחד
עס איז געווען נאך א שווערן טאג אין שולע. איך האב געוואונען דעם לעצטן פארמעסט ווי עס איז פיל מאל געווען דער פאל, און די אומפארגינערישע בעל מקנא׳ס האבן דאס נישט אויסגעהאלטן. נאך א טאג רדיפות בין איך געקומען אהיים. שווערע קולות זענען פארגעגאנגען. מיין שוועסטער צירל האט געהאלטן אינמיטן א טאנטראם און ירוחם איז געווען פארנומען מיטן סעקירן זיין קליין ברודערל בערעלע. איך האב מיך פרובירט פֿארשפארן אין מיין צימער, אבער נאך א פאר מינוט האט צירל זיך גענומען האקן און בראקן אויפן שוואכן שלאס אז איך האב געמוזט עפענען.
Read More