No Place Like Home

געקעכץ פֿון רויטע לינדזן, שוואַרצע בעבלעך און גרינסן

Red Lentils, Black Beans and Vegetable Stew

פֿון מאָרי באַקמאַן

  • Print
  • Share Share

2 לעפֿל איילבערט־בוימל

2 גרויסע ציבעלעס, צעהאַקט

4 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

2 לעפֿעלעך קמיניק

2 לעפֿעלעך קורקום (turmeric)

1 לעפֿעלע צימערינג

1/2 לעפֿעלע מושקאַט

3 פֿונט (1.4 קילאָ) קוסע (butternut squash), צעשניטן אויף קובן

30 אונץ (850 גראַם) שוואַרצע בעבלעך, אויסגעשוואָנקען און אָפּגעזופּט

8 אונץ (226 גראַם) רויטע לינדזן, אויסגעשוואָנקען

5 טעפּלעך בלעטערקרויט (kale), צעשניטן

16 אונץ (454 גראַם) צעמאָלענע פּאָמידאָרן

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

הייצט אָן דעם בוימל אין אַ זופּטאָפּ און פּרעגלט די ציבעלע, ביז זי באַקומט אַ גאָלדענעם קאָליר.

גיט צו דעם קנאָבל, קמיניק, קורקום, צימערינג און מושקאַט, און פּרעגלט 1 מינוט.

מישט אַרײַן די קוסע, שוואַרצע בעבלעך, לינדזן, בלעטערקרויט און צעמאָלענע פּאָמידאָרן. גיט צו אַ ביסל וואַסער — אָבער בלויז גענוג צוצודעקן אַלע באַשטאַנדטיילן.

העכערט דאָס פֿײַער, ביז דאָס געמיש הייבט אָן זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט עס מליִען אָנדערטהאַלבן אָדער צוויי שעה, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס.

דערלאַנגט עס צום טיש ווי אַ וועגעטאַריש מאכל, אָדער אויסגעמישט מיט צעשניטן הינדל אָדער פֿליישיקע קײַלעכלעך (meatballs).