No Place Like Home

העלפֿט אײַער קינד צו פֿאַרלירן וואָג

Help Your Child Lose Weight

  • Print
  • Share Share

אויב איר האָט אַ קינד צווישן 2 און 5 יאָר, וואָס איז שוין איבערוואָגיק, קענט איר אים העלפֿן צו פֿאַרלירן דאָס פֿעטס דורך אָנשליסן זיך אין אַ פּראָגראַם צוזאַמען מיט אים.

אַ נײַע שטודיע פֿון פֿעטע קינדער מיט פֿעטע עלטערן האָט געוויזן, אַז ווען די עלטערן פֿאַרשרײַבן זיך אין איינעם מיט זייער קינד אין אַ פּראָגראַם צו פֿאַרלירן וואָג, האָט דאָס קינד אַ גרעסערע הצלחה, איידער ווען מע פֿאַרשרײַבט בלויז דאָס קינד.

דערצו האָט עס געהאָלפֿן די עלטערן, ווײַל זיי האָבן אויך פֿאַרלוירן וואָג.

במשך פֿון דער פּראָגראַם האָבן די עלטערן זיך באַטייליקט אין 13 איין־שעהיקע קלאַסן, וווּ מע האָט זיי געגעבן אינפֿאָרמאַציע, ווי אַזוי צו העלפֿן זייער קינד ווערן דאַרער: ווי גרויס זאָלן זײַן די פּאָרציעס אין יעדן טעלער; וויפֿל קאַלאָריעס דאַרף זײַן דער מאַקסימום פֿון יעדער מאָלצײַט; די סכּנות פֿון עסן צו פֿיל צוקער, פֿעטס אָדער אַפֿילו קינסטלעכע זיס־מיטלען.

דער באַריכט וועגן דער שטודיע געפֿינט זיך אינעם אויגוסט־נומער פֿונעם זשורנאַל Pedriatrics.

וואָג־פּראָבלעמען הייבן זיך אָפֿט אָן בײַ אַ זייער יונגן עלטער. כּמעט אַ פֿערטל פֿון די קינדער צווישן 2 און 5 יאָר אַלט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען פֿעטער ווי זיי וואָלטן געדאַרפֿט זײַן.