No Place Like Home

שאַט עס צו געבן דעם קינד אַ זופּ משקה?

Does it Hurt to Let Your Child Sip Alcohol?

  • Print
  • Share Share

יעדן שבת בײַם קידוש, ווי אויך אויף סתּם שׂימחות מיט פֿרײַנד און משפּחה, לאָזן די עלטערן זייערע קינדער זיפּן אַ ביסל פֿונעם ווײַן, וואָס זיי טרינקען. שטעלט זיך די פֿראַגע: קאָן דאָס שאַטן דעם קינד?

אַ טייל עלטערן האַלטן, אַז אויב מע לאָזט דעם קינד טרינקען ווײַן, צוזאַמען מיט די „גרויסע‟, וועט ער זײַן ווייניקער גענייגט צו גיין טרינקען אַלקאָהאָל מיט זײַנע פֿרײַנד.

לויט אַן אַנקעטע וואָס מע האָט דורכגעפֿירט מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט מען אינטערוויִרט 1,050 מאַמעס און זייערע 8־יאָריקע קינדער, און אַנטדעקט, אַז כּמעט 40% פֿון די מאַמעס האָבן געהאַלטן, אַז דערלויבן זייערע קינדער צו טרינקען משקה אין דער היים וועט זיי באַשיצן פֿון אָנשיכּורן זיך מיט זייערע פֿרײַנד ווען זיי וואַקסן אונטער. אַ דריטל פֿון די קינדער אין דער שטודיע האָט געזאָגט, אַז מ׳האָט שוין טאַקע אַ מאָל פֿאַרזוכט אַלקאָהאָל.

אין דער אמתן זענען אָבער דאָ ווייניק באַווײַזן, אַז דאָס דערלויבן די קינדער צו טרינקען משקה בײַ אַ יונגן עלטער וועט פֿאַרהיטן זיי פֿון שיכּרות שפּעטער. פֿאַרקערט, עס קאָן נאָך העכערן די מעגלעכקייט, אַז דאָס קינד וועט טרינקען מער. אין אַ פֿריִערדיקער שטודיע, למשל, האָט מען באַמערקט, אַז 10־יאָריקע קינדער, וואָס טאַטע־מאַמע האָבן זיי דערלויבט צו טרינקען, זענען שפּעטער — צו 12 יאָר — געווען צוויי מאָל מער גענייגט צו טרינקען מיט זייערע פֿרײַנד.

קריסטין דזשעקסאָן, די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע וועגן די מאַמעס, וואָס דערלויבן זייערע קינדער צו טרינקען מיט זיי, האָט באַמערקט, אַז די זעלבע מאַמעס זענען אויך מער גענייגט צו דערלויבן די קינדער אָנגיסן משקה פֿאַר די דערוואַקסענע געסט, אָדער זיי צוטראָגן אַ גלעזל ווײַן — און דאָס אַליין קאָן אויך נעגאַטיוו משפּיע זײַן אויף די קינדער.