No Place Like Home

געפֿילטע פֿעפֿערס פֿאַר דיאַבעטיקער

Stuffed Peppers for Diabetics

  • Print
  • Share Share

2 גרויסע רויטע אָדער געלע זיסע פֿעפֿערס
2 אונץ (56 גראַם) ראַזעווע ספּאַגעטי
2 אייער
6 אונץ (170 גראַם) ווייניק־פֿעטיקע טשעדאַרער קעז
1 לעפֿעלע טריקענער זענעפֿט
3 לעפֿל אָפּגעשעפּטע מילעך
3 לעפֿל צעהאַקטע אַשלעך (גרינע ציבעלע)
1/2 לעפֿעלע אָרעגאַן
2 פּאָמידאָרן, צעשניטן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד (176 צעלזיוס).

צעשנײַדט די פֿעפֿערלעך אויף העלפֿט אין דער לענג. וואַרפֿט אַרויס די קערעלעך. קאָכט די פֿעפֿערלעך אין זודיק וואַסער ביז זיי ווערן ווייך, 6־8 מינוט. זיפּט אָפּ דאָס וואַסער. קאָכט די ספּאַגעטי אין זודיק וואַסער ביז זיי ווערן ווייך, אָבער נישט צו ווייך. זיפּט אָפּ דאָס וואַסער.

צעקלאַפּט די אייער מיטן קעז, זענעפֿט, מילעך, אַשלעך, אָרעגאַן, פּאָמידאָרן, זאַלץ און פֿעפֿער. לייגט די פֿעפֿערלעך אין אַ קליינעם בעקן, נאָענט צוזאַמען, כּדי זיי זאָלן איינער דעם אַנדערן אונטערהאַלטן. פֿילט אָן יעדעס פֿעפֿערל מיט אַ ביסל לאָקשן, און באַגיס די לאָקשן מיטן קעז־סאָוס.

באַקט די פֿעפֿערלעך ביז דאָס פֿילעכץ באַקומט אַ גאָלדן קאָליר, 20־25 מינוט.