No Place Like Home

ווי דערציט מען אַ מענטשלעך קינד?

Raising a Moral Child

  • Print
  • Share Share

כ׳האָב לעצטנס געלייענט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ וועגן די עפֿעקטיווסטע מיטלען צו לערנען אונדזערע קינדער מענטשלעכקייט און ברייטהאַרציקייט.

אינעם אַרײַנפֿיר, דערקלערט דער מחבר, אַדאַם גראַנט, אַ פּסיכאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אין דער „וואַרטאָן געשעפֿט־שול‟ בײַם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט, אַז בײַ ס׳רובֿ עלטערן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז דער עיקר צו דערציִען קינדער וואָס זענען גוטהאַרציק, רחמנותדיק און גרייט צו העלפֿן אַנדערע. פֿון דעסטוועגן, האָט אַ ישׂראלדיקע שטודיע פֿון כּמעט 600 משפּחות אָנגעוויזן, אַז בײַ אַ סך עלטערן וואָס האָבן הויך געשאַצט גוטהאַרציקייט און רחמנות, האָבן זייערע קינדער דווקא נישט אַרויסגעוויזן די זעלבע ווערטן.

שטעלט זיך די פֿראַגע: זענען געוויסע קינדער נאַטירלעך מער גרויסהאַרציק ווי אַנדערע? ווי דער טאַטע פֿון צוויי טעכטער און אַ זון, האָט זיך אַדאַם גראַנט שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט דער פֿראַגע, ווי אַזוי קען מען אַנטוויקלען ברייטהאַרציקייט בײַ קינדער?

אַ צאָל שטודיעס פֿון צווילינגען האָבן געגעבן אָנצוהערן, אַז צווישן אַ פֿערטל און אַ העלפֿט פֿון אונדזער ברייטהאַרציקייט קומט צו אונדז „בירושה‟ — דאָס הייסט, דורך די גענען. הייסט עס, 50% פֿון ברייטהאַרציקייט לערנט זיך דאָס קינד פֿון זײַן סבֿיבֿה. צו 2 יאָר וועלן אַ סך קינדער שוין אַרויסווײַזן געוויסע מאָראַלישע טענדענצן. אויב מע לויבט זיי דערפֿאַר („ס׳איז זייער שיין, וואָס דו האָסט געגעבן דײַן חבֿר אַ שטיקל פֿון דײַן שאָקאָלאַד!‟), איז עס מסתּמא אַ סך מער עפֿעקטיוו ווי באַלוינען זיי מיט אַ מתּנהלע (למשל, קויפֿן זיי אַ שפּילעכל פֿאַר זייער ברייטהאַרציקייט).

אָבער אַפֿילו בײַם לויבן אַ קינד, דאַרף מען וויסן ווי אַזוי. די פּסיכאָלאָגן דזשאָון גרוסעק און עריקאַ רעדלער האָבן אין אַ געוויסן עקספּערימענט געשפּילט אַ שפּיל מיט אַ גרופּע 7־ און 8־יאָריקע קינדער, און געגעבן די געווינער גלעזערנע באַלעכלעך („מאַרבלס‟ בלע״ז). ווען מע האָט באַקענט די קינדער מיט עטלעכע אָרעמע קינדער, האָבן אַ טייל פֿון די געווינער אַוועקגעשאָנקען די אָרעמע אַ טייל פֿון זייערע באַלעכלעך.

די פֿאָרשער האָבן צעטיילט די „ברייטהאַרציקע‟ געווינער אויף צוויי גרופּעס. בײַ איין גרופּע האָבן די פֿאָרשער געלויבט בלויז דעם אויפֿפֿיר פֿון די קינדער: „זייער שיין, וואָס דו האָסט געגעבן די באַלעכלעך צו די אָרעמע קינדער‟. בײַ דער צווייטער גרופּע האָבן זיי געלויבט דעם קינדס כאַראַקטער אין אַלגעמיין: „איך זע, אַז דו ביסט אַ מענטש, וואָס האָט ליב צו העלפֿן אַנדערע; דו ביסט זייער ברייטהאַרציק.‟

עטלעכע וואָכן שפּעטער, האָט מען געגעבן די קינדער פֿון ביידע גרופּעס נאָך געלעגנהייטן צו זײַן ברייטהאַרציק. די קינדער, וואָס מע האָט פֿריִער געלויבט זייער כאַראַקטער, האָבן אַרויסגעוויזן מער ברייטהאַרציקייט ווי יענע, וווּ מע האָט בלויז געלויבט זייער אויפֿפֿיר. און נאָך אַ זאַך: ווען מע האָט אָנגעזאָגט די קינדער: „זײַט אַזוי גוט, שווינדלט נישט‟ האָט עס נישט געמאַכט אַזאַ שטאַרקן רושם ווי „זײַט אַזוי גוט, זײַט נישט קיין שווינדלער!‟

דער עלטער פֿונעם קינד איז אויך וויכטיק. ווען מע האָט געלויבט דעם כאַראַקטער פֿון אַ 5־יאָריק קינד, האָט עס נישט געהאַט דעם זעלבן רעזולטאַט, ווי מיט אַן 8־יאָריק קינד — ווײַל מסתּמא בײַ די 8 יאָר הייבט זיך ערשט אָן צו קריסטאַליזירן זײַן אידענטיטעט.

ס׳איז אויך וויכטיק, אַז דאָס קינד זאָל זען ווי אַזוי די דערוואַקסענע פֿירן זיך אויף. אַ פּסיכאָלאָג, פֿיליפּ ראָשטאָן, האָט צעטיילט מתּנהלעך צו 140 קינדער צווישן 8 און 13 יאָר, פֿאַר האָבן געוווּנען אַ שפּיל. מע האָט געגעבן די געווינער אַ ברירה: זיי קאָנען האַלטן די מתּנה פֿאַר זיך, אָדער עס שענקען אַן אָרעם קינד. אָבער צו ערשט האָט מען די קינדער געוויזן ווי אַ לערער פֿירט זיך אויף אין דער זעלבער סיטואַציע. אַ טייל פֿון די לערער האָבן בכּיוון אַרויסגעוויזן „קאַרגשאַפֿט‟ — נישט געגעבן זייערע מתּנות צו די אָרעמע לײַט — און אַנדערע לערער האָבן אַרויסגעוויזן ברייטהאַרציקייט, און יאָ אַוועקגעשאָנקען זייערע מתּנות. ביידע גרופּעס לערער האָבן דערנאָך געדרשנט, אַז ס׳איז וויכטיק צו געבן צדקה.

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט דער אויפֿפֿיר פֿונעם לערער געווירקט אויף די קינדער מער ווי זײַנע ווערטער. בײַ די לערער, וועלכע האָבן זיך אויפֿגעפֿירט עגאָיִסטיש (נישט אַוועקגעשאָנקען זייער „פֿאַרדינסט‟), האָבן די קינדער אויך אַזוי געטאָן — אַפֿילו אויב דער זעלבער לערער האָט געהאַט געזאָגט, אַז מע דאַרף גיבן צדקה. און בײַ די לערער וועלכע האָבן יאָ אַרויסגעוויזן ברייטהאַרציקייט, האָבן 85% פֿון די קינדער געשאָנקען זייערע מתּנות די אָרעמע. מיט אַנדערע ווערטער — קינדער לערנען זיך ברייטהאַרציקייט דורך די מעשׂים פֿון דערוואַקסענע, נישט דורך זייערע רייד.