No Place Like Home

וואָס פּשוטער די חתונה, אַלץ בעסער!

Cheaper Weddings are Often More Fun

פֿון אליסה סטראַוס (Forward)

  • Print
  • Share Share

איך האָב שטאַרק ליב צו גיין אויף חתונות, אַזוי לאַנג ווי איך דאַרף זיי נישט פּלאַנירן. בכלל האַלט איך, אַז די כּלערליי פּרטים וואָס מע פּאָרעט זיך איבער זיי בײַם אָרגאַניזירן די שׂימחה, זענען שטאַרק איבערגעטריבן: וואָס פֿאַר אַ מין בלומען זאָל מען אויסקלײַבן פֿאַר יעדן טיש? זאָל די כּלה טראָגן אַ קלייד מיט אַרבל, צי אָן אַרבל? זאָל מען גיין צו דער חופּה, באַגלייט מיט קלאַסישער מוזיק, אָדער ראָק־מוזיק?

הערט זיך אײַן, איר אַלע חתן־כּלות: קיינער געדענקט נישט יענע פּרטים פֿון אַ חתונה. זיי געדענקען אָבער יאָ — אויב אַלץ גייט גלאַטיק — די וואַרעמקייט, וואָס זיי האָבן געפֿילט, זעענדיק ווי דאָס פֿאַרליבטע פּאָרל שווערט טרײַשאַפֿט איינער דעם צווייטן, אין די אויגן פֿון דער גאַנצער עדה.

צום באַדויערן, זענען די הײַנטיקע חתונות פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין פֿאָרשטעלונג. חתן־כּלה זענען אַזוי פֿאַרנומען בײַם פֿאָטאָגראַפֿירט ווערן, אָדער זאָרגן זיך, אַז די אײַז־סקולפּטור וועט זיך צעשמעלצן, אָדער אַז די פֿאָרשפּײַזן זענען נישט באַטעמט, אַז זיי האָבן בכלל נישט הנאה פֿון דער אייגענער חתונה.

פֿאַר וועמען טוט מען דאָס אַלץ? די געסט דאַרפֿן עס נישט; זיי זענען צופֿרידן סתּם צו שמועסן, עסן, טרינקען און טאַנצן. זיי קומען אויף דער חתונה, כּדי צו פֿאַרברענגען מיט זייערע נאָענטע. ווען זיי זעען, אַז דאָס פּאָרל איז אָנגעשטרענגט, וועלן די געסט במילא אויך ווייניקער הנאה האָבן.

און נאָך אַ זאַך: הערט שוין אויף אויסצוגעבן אַזוי פֿיל געלט אויף די חתונות! די געסט וועלן סײַ־ווי קומען, אַפֿילו אויב ס׳איז נישט קיין לוקסוס־שׂימחה. בעסער איר זאָלט שפּאָרן דאָס געלט פֿאַר אַן אַדרויף אויף אַ הויז, אָדער כּדי צו באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד פֿון אײַערע צוקונפֿטדיקע קינדער, אָדער אַפֿילו העלפֿן דעקן די הוצאָות פֿאַר אויפֿפּאַסער פֿון אײַערע עלטערן, טאָמער האָבן זיי פֿאַרלוירן אַ היפּשן פּראָצענט פֿון זייער פּענסיע אין דער רעצעסיע.

די דורכשניטלעכע אַמעריקאַנער חתונה קאָסט הײַנט אָפּ $28,427. אין מער פֿאַרמעגלעכע ראַיאָנען איז עס נאָך טײַערער — בערך $42,319. און אין מאַנהעטן: אַן אומגלייבעלעכע סומע פֿון $76,687. נישט בלויז חתן־כּלה און זייערע משפּחות מוזן דעקן די הוצאָות, נאָר אויך זייערע פֿרײַנד. לויט אַן עסיי אין Salon לעצטנס, דאַרף אַן אונטערפֿירערין (bridesmaid, בלע״ז) באַצאָלן $1,700 פֿאַר דעם כּבֿוד — אַ סומע, וואָס נישט אַלע קענען זיך דערלויבן.

אין די 1960ער און 1970ער יאָרן האָט דער ייִנגערער דור דווקא אויסגעמיטן אַזאַ באַרימערײַ פֿון עשירות, אָבער דאָס האָט זיך געביטן אין 1981, ווען 250 מיליאָן מענטשן האָבן געזען אויף טעלעוויזיע דעם לוקסוס פֿון פּרינץ טשאַרלזס חתונה מיט דער פּרינצעסין דײַאַנאַ. הײַנט ווערן פֿרויען נאָך אַלץ באַגײַסטערט פֿון די חתונות פֿון באַרימטע פּערזענלעכקייטן, וואָס זענען נאָך טײַערער ווי פֿריִער: דורכשניטלעך — 2.8 מיליאָן דאָלאַר. דער חשבון פֿאַר בלויז די בלומען איז אָפֿט מער ווי $100,000.

ס׳איז שווער צו באַקעמפֿן די השפּעה פֿון דער חתונה־אינדוסטריע, אָבער אפֿשר וואָלטן די רבנים און ראַבינער יאָ געקאָנט, צום טייל, לייזן די פּראָבלעם. בײַ די פֿון אונדז, וועלכע זענען נישט פֿרום, איז דאָס פּלאַנירן אַ חתונה אָפֿט מאָל דאָס ערשטע מאָל, וואָס מע ווענדט זיך צו אַ ראַבינער זינט דער בר־ אָדער בת־מיצווה. די ראַבינער וואָלטן געדאַרפֿט איבערצײַגן חתן־כּלה צו פֿאָקוסירן זיך אויפֿן גײַסטיקן עלעמענט פֿון דער חתונה, לייענען מיט זיי טעקסטן פֿון ייִדישע און אַפֿילו נישט־ייִדישע מקורים, און אַפֿילו דערציילן זיי וועגן זייערע אייגענע רירנדיקע איבערלעבונגען בײַ ייִדישע חתונות. דאָס איז אַ צײַט, וואָס אַפֿילו סעקולערע לײַט זוכן אויס ייִדישע טראַדיציעס, און טאַקע דערפֿאַר וואָלטן די ראַבינער געדאַרפֿט זיך באַמיִען אײַנצופֿירן וויפֿל טראַדיציע ס׳איז נאָר מעגלעך.

מײַן טאַטע האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז דער עיקר אויף אַ חתונה זענען דרײַ זאַכן: אַ ראַבינער, מוזיק און משקה. ער איז טאַקע גערעכט. אויף אונדזער חתונה האָט מען, אַוודאי, באַשטעלט אַ טאָרט און בלומען, אָבער כ׳האָב נישט געהאַלטן קיין אויג, אַז אַלץ זאָל אויסזען פּערפֿעקט, און מיר האָבן אויך נישט אויסגעגעבן צו פֿיל געלט דערפֿאַר. אין לעצטן סל־הכּל האָבן די געסט אפֿשר הנאה געהאַט פֿונעם טאָרט און דעם יום־טובֿדיקן זאַל, אָבער זייער גרעסטע הנאה איז געווען וואָס מיר, חתן־כּלה, האָבן אַליין גוט פֿאַרבראַכט אינעם טאָג וואָס מיר זענען, סוף־כּל־סוף, געוואָרן מאַן־און־ווײַב.