No Place Like Home

אָפּגעגט פֿון מײַן מאַן און מײַן אמונה

Divorced From My Husband, and My Faith

פֿון טובֿה מירוויס („ניו־יאָרק טײַמס‟)

  • Print
  • Share Share

כ׳בין געשטאַנען פֿאַרן בית־דין, און געוואַרט צו קריגן דעם גט. כ׳האָב געטראָגן אַ צניעותדיק קלייד, ווי ס׳פּאַסט פֿאַר אַ פֿרומער פֿרוי, אָבער דאָך האָב איך זיך געפֿילט אַנטבלויזט. „זיכער, קלערן זיי: וואָס פֿאַר אַ פֿרוי פֿאַרלאָזט איר מאַן? וואָס פֿאַר אַ מאַמע אַנטלויפֿט פֿון איר ביז־איצטיקן לעבן־שטייגער?‟

ווי קענען זיי טאַקע פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס אַ פֿרוי, וואָס ווערט באַלד 40, וועלכע האָט שוין אָפּגעלעבט מיט איר מאַן 17 יאָר און געהאַט מיט אים דרײַ קינדער, הייבט אָן פֿון ס׳נײַ? איך האָב עס אַליין קוים געקענט גלייבן.

מײַן גאַנץ לעבן האָב איך זיך געפֿירט ווי אַ פֿרומע ייִדישע טאָכטער. כ׳האָב געדאַרפֿט גלייבן, אַז אַלע דינים זענען תּורת־אמת. פֿון דעסטוועגן, האָב איך אַפֿילו ווי אַ יונג מיידל אָנגעהויבן קלערן, צי איז עס טאַקע אַלץ אמת? זיצנדיק אין שיל, פֿלעג איך באַקוקן די פֿרויען מיט זייערע היטלעך, און זיך פֿרעגן, צי האָבן זיי טאַקע געגלייבט אין די דינים מיט זייער גאַנצן לײַב־און־לעבן? האָבן זיי געקלערט, ווי איך, אַז דאָס טראַכטן צו פֿיל קאָן אַ תּל מאַכן פֿון דער אילוזיע?

כ׳האָב זיך אויסגעלערנט אַראָפּצושלינגען מײַנע ספֿקות. ס׳איז גוט צו פֿאָלגן די דינים און טראַדיציעס, ווײַל אַזוי וועט מען מיך תּמיד ליב האָבן. אַזוי וועל איך אייביק זײַן אַרומגערינגלט מיט אייגענע, און וויסן, וווּ איך באַלאַנג.

בין איך געבליבן. כ׳האָב געפֿאָלגט אַלע תּקנות. כ׳בין פֿאַרקנסט געוואָרן צו 22 יאָר. איך בין שוין געווען בײַם לעצטן יאָר אין קאָלעדזש, און ער — אין יוריספּרודענץ־שול. מיר זענען אַרויסגעגאַנגען אויף כּמעט 12 ראַנדקעס; געווען פֿון דער זעלבער וועלט און האָבן זיך גרינג פֿאַרליבט. כ׳האָב אים, אַוודאי, נישט געקענט זאָגן: „איך ווייס אַליין נישט ווער איך בין, טאָ ווי קען איך וויסן, ווער דו ביסט?‟

מיט יאָרן שפּעטער, האָבן די מענטשן, וועלכע האָבן אונדז געהאַט געוווּנטשן מזל־טובֿ אויף אונדזער חתונה, געפֿרעגט צעטומלט: „וואָס איז געשען?‟ זיי האָבן געוואָלט הערן אַ גרינגע דערקלערונג, שוואַרץ אויף ווײַס, אַנשטאָט אויסצוהערן די מער סובטילע איבערלעבונגען, וואָס האָבן אונדז צו־ביסלעך פֿונאַנדערגעשיידט. ס׳איז מיר געווען זייער שווער צו באַשרײַבן ווי אַזוי אונדזער זיווג־לעבן איז אַ תּל געוואָרן; ווי אַזוי איך האָב אָנגעהויבן פֿילן ווי יענער גאַסן־אַקראָבאַט, וואָס לייגט זיך אַרײַן, אײַנגעקאָרטשעט, אין אַ קליין קעסטל, כּדי דער גוף זאָל פֿאַרנעמען אַזוי ווייניק אָרט ווי מעגלעך.

שטייענדיק איצט פֿאַרן בית־דין, האָט איינער פֿון די רבנים פֿאָרגעלייענט אויף אַראַמעיִש, אַז אינעם יאָר 5772, אין דער שטאָט באָסטאָן, בין איך, טובֿה־עליזה בת דוד־משה, באַפֿרײַט געוואָרן פֿון מײַן מאַנס הויז, און האָב איצט שליטה איבער זיך אַליין.

דער אַלטער רבֿ מיט דער ווײַסער באָרד, וועלכער האָט געדינט ווי מײַן מאַנס שליח, איז צוגעקומען צו מיר און, שווײַגנדיק, אַרײַנגערוקט דעם צונויפֿגעלייגטן דאָקומענט אין מײַנע הענט. ווי דער מינהג האָט געפֿאָדערט, האָב איך „געכאַפּט‟ דעם גט און אַרויסגעגאַנגען פֿון צימער.

ווען מע האָט מיך צוריק אַרײַנגערופֿן, האָט מען מיך באַשטעטיקט ווי אַ געגטע פֿרוי על־פּי־דין. מע האָט מיר געזאָגט, אַז איך טאָר מער נישט בלײַבן אַליין אין אַ צימער מיט מײַן געוועזענעם מאַן; איך קאָן נישט פֿאָרן אַליין מיט אים אין אַן אויטאָ צווישן איין שטאָט און דער אַנדערער אָדער וווינען אינעם זעלבן בנין. 90 טעג לאַנג טאָר איך נישט חתונה האָבן, און כ׳וועל נישט קאָנען נעמען אַ כּהן פֿאַר אַ מאַן.

כ׳האָב זיך העפֿלעך צוגעהערט, אָבער שוין געזען די רבנים גאָר אַנדערש: נישט ווי מענער וועלכע האָבן מאַכט איבער מיר, אָבער ווי סתּם מענטשן פֿון מײַן פֿאַרגאַנגענהייט. כ׳האָב זיך דערפֿילט ווי אַן אַסטראָנאָט, וואָס זײַן שטריק צו דער שיף האָט זיך איבערגעריסן און איך שוועב אינעם קאָסמאָס. און דאָך — נאָך לאַנגע יאָרן פֿון ראַנגלעניש און ספֿקות, בין איך געווען גרייט צו אַנטדעקן אַ נײַ לעבן.

איידער איך בין אַוועק, האָט דער רבֿ מיר אַרײַנגעקוקט אין די אויגן און דערציילט אַזאַ מעשׂה:

„אין דער גמרא שטייט, אַז דער מזבח פֿונעם בית־המיקדש וויינט, ווען אַ מאַן גט זײַן פֿרוי. איין מאָל, נאָך דעם ווי אַן אָנגעזעענער רבֿ האָט זיך געגט, האָבן זײַנע תּלמידים אים געפֿרעגט: ׳ווי קען דאָס זײַן? לערנט אונדז חז״ל נישט, אַז דער מזבח וויינט איבער אַ גט?׳

האָט דער רבֿ זיי געענטפֿערט: ׳בעסער אַז דער מזבח זאָל וויינען, ווי איך.׳‟

כ׳בין געבליבן געפּלעפֿט. זע נאָר, נישט געקוקט אויף די תּקנות וואָס האָבן מיר אויסגעזען אַזוי אומבייגעוודיק, האָב איך איצט דערפֿילט, אַז דער רבֿ פֿאַרשטייט אויך די ליידן פֿון מענטשן.

„ס׳איז פֿאַר אײַך אַ נײַער אָנהייב,‟ האָט דער רבֿ געזאָגט מיט אַ ווייך קול. „קוקט נישט צוריק. ווערט דער מענטש וואָס איר דאַרפֿט ווערן.‟

מיט אַ שמייכל האָב איך צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. איידער איך בין אַרויס, האָבן די רבנים געטאָן דאָס זעלבע ווי זיי האָבן געטאָן אויף מײַן חתונה, און אויף די גט־צערעמאָניעס במשך פֿון הונדערטער יאָרן: זיי האָבן מיר געוווּנטשן מזל־טובֿ.