No Place Like Home

אינדיש הינדל אויף שבת

Shabbos Chicken Curry

פֿון לאה קעניג (Forward)

  • Print
  • Share Share
Martyna Starosta

כ׳בין לעצטנס געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון די אינדישע מאכלים — ערשטנס, ווײַל זיי האָבן ווייניק פֿעטס, און צווייטנס, ווײַל זיי באַניצן זיך מיט אַזוי פֿיל געשמאַקע בשׂמים, אַז מע דאַרף נישט לייגן צו פֿיל זאַלץ.

אָט איז אַ הינדל־מאכל, וואָס אַ סך אינדישע ייִדן גרייטן צו לכּבֿוד שבת. די צעמאָלענע בשׂמים קענט איר געפֿינען אין ס׳רובֿ סופּערמערק:

1/4 טעפּל + 2 לעפֿל בוימל

1 גרויסע ציבעלע, צעהאַקט

2 צאָל (5.08 צענטימעטער) אינגבער, אָפּגעשיילט און צעהאַקט

4 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

1/2 לעפֿעלע צעמאָלענע קורקומע (turmeric)

1/2 לעפֿעלע צעמאָלענעם קמיניק

1/2 לעפֿעלע צעמאָלענעם אינגבער

1/2 לעפֿעלע צעמאָלענעם פֿעלד־גליאַנדער (coriander)

1/2 לעפֿעלע רויטן פֿעפֿער (אויב איר ווילט)

1/3 לעפֿעלע צעמאָלענעם קאַרדאָמאָן

1 פּושקע (14.5 אונץ אָדער 411 גראַם) צעשניטענע פּאָמידאָרן

1 טעפּל הינדל־יויך

1/2־1 פֿונט (680 גראַם) בראָקאָלי, צעשניטן אויף קליינע בלימעלעך

1 באַטאַטע, אָפּגעשיילט און צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך

1 זיסער רויטער פֿעפֿער, אָן די קערעלעך, צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך

1/2־1 פֿונט (680 גראַם) בייליק, אָן הויט און ביינער, צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך

זאַלץ, און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

1 פּושקע (13.5 אונץ אָדער 382 גראַם) קאָקאָסנוס־מילך

הייצט אָן 1/4 טעפּל בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט צו די ציבעלע, פֿרישן אינגבער און קנאָבל, און מישט זיי בערך 5 מינוט. גיט אַרײַן די צעמאָלענע בשׂמים: קורקומע, קמיניק, פֿעלד־גליאַנדער און קאַרדאָמאָן 2 מינוט לאַנג.

גיט צו די פּאָמידאָרן, יויך, בראָקאָלי, באַטאַטע און זיסן פֿעפֿער. זידט עס אויף, דעקט צו דעם טאָפּ, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און קאָכט די גרינסן 10 מינוט.

הייצט אָן די 2 לעפֿל בוימל אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די בייליק־שטיקלעך, זאַלץ און פֿעפֿער, און מישט איבער די שטיקלעך בייליק, ביז זיי ברוינען זיך צו. גיט זיי און די קאָקאָסנוס־מילך אַרײַן אינעם טאָפּ מיט די גרינסן, דעקט צו און קאָכט עס ביז די גרינסן ווערן ווייך. דערלאַנגט צום טיש מיט רײַז.