Boris Sandler

איך פֿלי צו דיר, מאַמע

I Fly to You Mother

  • Print
  • Share Share

איך פֿלי צו דיר, מאַמע, פֿון יענעם עק וועלט צו אַ צווייטן,
קיין פּיצל מתּנה איך ברענג נישט, אַפֿילו קיין קווייטן.

צו וואָס דאַרף איך הערן: „שוין ווידער געפּטרט דאָס געלט?!‟
איך ברענג דיר צו שענקען אַ מעשׂה, וואָס ביידע אונדז פֿעלט.

געשען איז דאָס הויך — אַ צען טויזנטער הימלישע מעטער,
אין פֿענצטערל קוק איך, און זע דאָרט, אַוודאי, נישט געטער —

אַ וואָלקן אַ לײַכטס, ווי אַ קישן פֿון גענדזענעם פּוך,
און איך אין מײַן וואַנדער אַהינצו קום אָן אויף באַזוך.

ווער מיינסטו, עס גייט מיר אַנטקעגן, און כ‘בלײַב אַ פֿאַרקאָכטער,
נישט עמעצער ווער, נאָר בפֿירוש עס קומט יפֿתּחס טאָכטער.

מיט טענץ און געזאַנג, ווי אַ טאָכטער אַ כּשרער פּאַסט…
נישט ווײַטער… די מעשׂה איז טרויעריק זייער פֿאַרפֿאַסט.

צעשווענקט זיך דער וואָלקן, און ס‘קומט באַלד אַנטקעגן אַ צווייטער
מיט בערגלעך באַשטעקט, מיט אַ טײַכל און טאָליקע ברייטער.

ס‘איז פֿינצטער און שטיל, ווי די ערשטע ווערטער פֿון בראשית,
מיר דאַכט זיך, כ‘דערקען מאַרקולעשט, דײַן שטעטל, ׳זוי הייסט עס.

נו יאָ, וויפֿל מעשׂיות געהערט און פֿאַרדרייטע געשיכטעס,
פֿון שנײַדערס פּאַרטאַטשן און צענדליק שלימזליקער שוסטערס.

געלעבט און געצויגן חיונה מיט בענקשאַפֿט אין האַרץ,
ווי ס‘האָט עס באַזונגען דײַן לאַנדסמאַן מאיר חרץ.

און איך האָב געהערט, און דײַן וואָר איז געוואָרן מײַן חלום,
וואָס ליגט אין דער טיף פֿון זכּרון, ווי פּערל אין ברונעם.

פֿון זיי כ‘וועל אַ שנירל קאַרעלן אין אָנדענק דיר מאַכן…
היי, וואָלקנדל־שטעטל, וואָס ווערסטו פֿאַרוואַנדלט אין כמאַרע?

איך פֿלי אין דעם בלאָ איבער הימלישע וואָלקנס־לאַנדשאַפֿטן,
ווי ס‘וואָלטן די שיינקייט מלאכים פֿון פֿליגלען באַשאַפֿן.

מיר דאַכט, אַז דאָס געטלעכע בילד כ‘האָב געזען אין דײַן טראַכט,
ווען איך האָב געשוועבט דאָרט אין תּענוג די אויגן פֿאַרמאַכט.

דײַן האַרץ האָט געציילט, ווי אַן אומרו אין שטילקייט, די צײַט,
אַ שאָרך מיט אַ פֿליגל — מײַן מלאך דעם חלף פֿאַרמײַדט.

אַרויס כ‘בין פֿון דיר מיט אַ יאָמער־געשריי אין אַ העמדל,
אַ טאַטנס אַ זון און דערצו נאָך אַ בכור בן־גענענדל.

דער פֿראָסט האָט געברענט און אין הרובע געקנאַקט האָבן שפּענדלעך,
„אַ סימן, — געזאָגט האָט די באָבע, — שוין שנײַדן זיך ציינדלעך!‟

אַזוי איז מײַן לעבן אַוועק צווישן קאַלטס און דעם וואַרעמס,
געפֿאַנגען אין נעץ פֿון אַ וואָרט מיט אַ ניגון געאַרעמט…

איך פֿלי צו דיר, מאַמע, פֿון מערבֿ קיין מיטעלן מיזרח,
מײַן בכורישן ווידוי פֿון האַרצן אַראָפּרעדן מוז איך.

אָט שוועבט עס, דאָס וואָלקנדל יונגע, ס‘איז מילד מיט אַ חנדל,
אַ נאָמען געגעבן האָב איך עס דעם שענסטן — גענענדל.

_דעצעמבער, _2015