אין איינעם א פרייטאג צונאכטס האט מיין זיבן יעריגע טאכטער געבעטן איך זאל איר דערציילן א מעשה. איך האב ארויסגענומען א בוך מיט מעשה׳לעך פון דער ספרד׳ישער טראדיציע, וועלכע איז געשריבן אויף לאדינא מיט אן איבערזעצונג אין העברעאיש, און איך האב איר דערציילט די זיסע לעבנס אנעקדאטן פונעם ביכל. ווען ס׳איז געקומען צו עפיזאדן וואו א איד האט געהאט צוטון מיט א גוי, האט זי מיך יעדעס מאל געפרעגט, „א שלעכטער גוי?‟ כאטש כ׳האב איר ערקלערט אז עמיצער וואס איז נישט געבוירן א איד קען זיין א גוטער מענטש, נישט ווייניגער ווי א איד, האט זיך איר שאלה נאך אלץ איבערגע׳חזר׳ט יעדעס מאל וואס דער גוי איז אריין אינעם בילד.
איך האב פרובירט צו קלערן וואס די סיבה איז צו דעם, ביז כ׳האב זיך געכאפט אז גראד אין די מעשיות וואס אונזערע קינדער הערן (נישט דוקא אין יענעם בוך, נאר אין אלגעמיין) איז דער גוי כמעט שטענדיג אן אנטאגאניסט צום איד. ס׳זענען נישטא קיין מעשה׳לעך וואס דערציילן וועגן א איד מיט א גוי וואס האבן זיך פשוט געטון טובות איינער דעם אנדערן, א איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען צו העלפן א רוסישן פויער, אן אראבישן פריינט, אד״ג, נאר שטענדיג איז דער גוי אדער אזא איינער וואס וויל ממית׳ן דעם איד, אדער א גרויסער טיפש קעגן דעם איד, און דער איד קלוגט אים איבער. מ׳קען אודאי פארשטיין די היסטארישע סיבות פארוואס די אידישע פאלקלאר האט אזא צוגאנג צום גוי, אבער די פראגע איז צי ס׳איז נישט צייט צו אנטוויקלען א נייע פאלקלאר פאר אונזערע קינדער.
קען זיין אז דאס וואס איך וועל יעצט שרייבן וועט אויסקוקן פאליטיש קארעקט, אבער אין דעם פאל איז עס אויך ריכטיג. איך בין נישט קיין מאמין אין פאליטישער קארעקטקייט, אבער איך פיל דאך אז דאס ווארט “גוי” צעמישט אונזערע קינדער. איך בעט כסדר מיינע קינדער אז זיי זאלן נישט ניצן דאס ווארט “גוי” בכלל, חוץ ווען מ׳רעדט וועגן זאכן וואס האבן צוטון מיט דער תורה, ווי למשל אז א גוי מעג אנצינדן א לעקטער אין שבת בשעת א איד טאר נישט. „מענטשן זענען נישט שלעכט,‟ האב איך געזאגט פאר מיין טאכטער, „און כאטש דער באשעפער האט געגעבן די תורה נאר פאר אידן, הייסט דאס נישט אז אלע אנדערע ביליאנען מענטשן, וועלכע ער האט אליין באשאפן, זענען וויייניגער חשוב אין זיינע אויגן.‟
„איז אן אראבער יא שלעכט?‟ האט מיין טאכטער מיך געפרעגט. דא האב איך געזען א געלעגנהייט מסביר צו זיין פאר מיין טאכטער די אלף־בית פונעם קאנפליקט אין ארץ־ישראל, אז זי זאל פארשטיין די מענטשליכע דימענסיעס ארום דעם פלאנטער. איך האב איר דערציילט אז כאטש ס׳איז דא גענוג פלאץ אין ארץ ישראל פאר אידן מיט אראבער צו לעבן אינאיינעם, האבן די אראבער נישט געוואלט אריינלאזן די אידן קיין ארץ ישראל — נישט ווייל זיי זענען שלעכט, נאר ווייל זיי האבן געהאלטן אז דאס לאנד איז אינגאנצן זייערס. די אידן האבן געמוזט קעמפן קעגן די אראבער, די אראבער האבן פארלוירן די מלחמה, דערנאך זענען זיי געווארן אריינגעטריבן אין לאגערן וואו זיי ליידן צרות ביזן היינטיגן טאג, און זיי קעמפן קעגן דעם אידישן לאנד.
פון מיין פערספעקטיוו איז קלאר אז די אראבער האבן זיך באנארישט, און איך דאנק גאט אז די מלחמה האט זיך אויסגעלאזט מיט א ניצחון פאר אידן, אבער דאס הייסט נישט אז מיר דארפן זיי אפזיגלען אלס שלעכט. דערצו האב איך דערמאנט פאר מיין טאכטער אז ס׳זענען דא א סך פיינע אראבער וואס זענען גוט צו אידן, און ס׳קען גאר זיין אז א גרויסער טייל פון זיי וואלט גערן געקומען וואוינען מיט אידן אין ארץ ישראל בשלום, ווען ס’וואלט נאר נישט פארגעגאנגען אן ענדלאזע מלחמה צווישן די צוויי פעלקער. לעת עתה איז אבער קלאר אז מיר זענען אין א מלחמה צושטאנד, אידן קעמפן אויף זייער לעבן אין ארץ ישראל, און אונזער שטיצע פאר אידן מוז דערפאר זיין זייער קלאר.
***
יעצט איז געקומען די רייע אויף מיין טאכטער צו פרעגן נאך אן אינטערעסאנטע פראגע. „פארוואס זענען דא אידן וואס ווילן ווערן גויים? וויאזוי ווילט זיך זיי טון אזא זאך?‟ איך מיין אז א סך פרומע טאטעס דערשרעקן זיך פון אזעלכע פראגן, אבער איך האב געזען אין דעם א געלעגנהייט איר צו געבן א לעקציע איבער דער ערשיינונג פון פרייע אידן. „ס’איז נישטא אזא זאך ווי ווערן א גוי,‟ האב איך איר געענטפערט, „א איד קען אפשר אויפהערן היטן שבת, ער קען אויפהערן היטן מצוות, אבער ער ווערט נישט קיין גוי.‟ מיין טאכטער האט שוין געהערט אמאל דעם באגריף פון מיר, זי האט אויך שוין אליין באגעגנט פרייע אידן אין איר לעבן, איז דערפאר גענוג געווען איך זאל נאר דערמאנען סעקולערע אידן וואס זי האט אמאל געזען ביי מיר אין שטוב, אדער אזעלכע וואס זענען געווארן בעלי תשובה, אז זי זאל זיך כאפן דעם באגריף פון „פרומע אידן‟ און „פרייע אידן‟.
מיר זענען אלע קינדער פון איין פאלק, האב איך געזאגט, און כאטש נישט אלע טוען וואס דער אויבערשטער פאדערט פון אידן, האבן מיר נישט קיין רעכט זיי פיינט צו האבן, ווייל דער אויבערשטער האט נישט ליב ווען אידן האבן זיך פיינט. כדי דאס זאל זיין גענוג קלאר האב איך איר געפרעגט, „וואס מיינסטו קלערט יענער בעל תשובה ווען ער זעט זיינע עלטערן? צי האלט ער אז דער אויבערשטער וויל ער זאל זיי פיינט האבן, אפילו זיי זענען גוטע טאטע מאמע?‟ מיין טאכטער האט געלאכט און געזאגט, „אודאי נישט…‟
איך ווייס אז איך האב נישט געענטפערט אויף דער פראגע, פארוואס ס׳זענען דא אזעלכע וואס באשליסן איבערצולאזן אידישקייט, אבער איך מיין אז איך האב מיך באצויגן צו דער אמת׳ער כוונה פון איר פראגע. הינטער איר תמימות׳דיגער שאלה איז געליגן איר פריערדיגער פארשטאנד פון „איד און גוי‟, צווישן וועלכע ס׳שטייט א הויכע מחיצה פון אנטאגאניזם, און טראץ אלע מיינע הסברים איבער דעם טערמין „גוי‟, האט זי נאך אלץ נישט געקענט פארשטיין וויאזוי א „איד‟ זאל וועלן ווערן א „גוי‟. ווען איך וואלט מסכים געווען מיט איר אז ס׳איז טאקע א „געפערליכע זאך צו ווערן א גוי‟ וואלט איך בעצם געריטן אויף איר פסיכאלאגישן שרעק פונעם ווארט „גוי‟ און געמאכט פון איר דאס גענאר.
א סך פרומע עלטערן מאכן דעם טעות. וועלנדיג אפשטויסן די קינדער פון דער פרייער וועלט, אדער אפילו בלויז פון מאדערנע אידן, ערקלערט מען זיי אז נאר מיר אליין זענען אידן, און אלעס וואס געפינט זיך אויסער די גרעניצן פון וויליאמסבורג, בארא פארק, געהערט צו דער גוי׳שער ספערע. וויבאלד דער גוי איז סיי ווי דעמאניזירט אין דער פאלקלאר פון וועלכער מיר אטעמען כסדר, איז עס ממילא א פארטיגע פארמולע וויאזוי צו דערווייטערן קינדער פון דער „שלעכטער דרויסנדיגער וועלט‟. ווען די קינדער וואקסן אונטער קען זיך מאכן איינס פון די צוויי, אדער אז זיי זאלן טאקע בלייבן פארמאכט און פארביסן קעגן ביליאנען גויים, און טאקע אויך פיינט האבן אייגענע אידן וואס פירן זיך אנדערש. אדער קען זיין אז זיי וועלן דערזען דעם מציאות פאר די אויגן און באשליסן אז די עלטערן האבן געמאכט ליצנות פון זיי. ביידע מעגליכקייטן זענען נישט גוט.
דער ריכטיגער וועג איז צו לערנען מיט די קינדער דעם באדייטפולן טעם פון אידישקייט, אן דעם וואס מ׳זאל דעמאניזירן סיי וועלכע מענטשליכע גרופע, אידישע ווי נישט־אידישע. אזא חינוך קען זיי צוגרייטן צו זיין גוטע אידן, וועלכע זאלן פארטרעטן א ליכטיגן צוגאנג צו דער וועלט, וואס איז גוט סיי פאר זיי אליין, פסיכיש און גייסטיש, סיי פאר זייערע ארומיגע, און אודאי פאר גאט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.