עס טוט זיך לעצטנס מיט א פרשה פון קברים אין בית שמש. איך בין נישט באקאנט אין די פרטים; עפעס האנדלט זיך עס וועגן א בוי-פראיעקט, וואס זאל אנגעבליך זיך האבן אנגעשטויסן אין קברים, ארום וועלכע ס’האט זיך אנטוויקלט א מיינונגס-פארשידנהייט איבער יא אדער נישט פארזעצן מיט דער ארבעט. “מיינונגס-פארשידנהייט”, ווי עס איז דער סדר אין אונזער וועלטל, באדייט פראטעסטן, פאשקעווילן, קללות און חרמות – און דאס גאנצע פעקל וואס קומט געווענליך מיט. דער חידוש מיט דעם פאל איז אבער, אז ביידע צדדים, להיתר און לאיסור, באלאנגען צום קנאי’שן לאגער. צווישן די מתירים זענען פאראן פראמינענטע און אקטיווע מיטגלידערס פון דער “עדה החרדית”, און די מחלוקה האט געפירט צו אן אומאפיציעלן אבער טיפן ריס אינערהאלב דעם קנאי’שן לאגער, בעיקר אין ארץ ישראל אבער אויך אין אויסלאנד.
מיך דאכט זיך, אז די קברים איז מער אויסרייד ווי סיבה. דער מיליטאנטישער טאן און ווילדע מעשים וואס די “קנאים” אינעם קנאי’שן לאגער האבן אונטערגענומען קעגן די “לינקע קנאים” הערן און זעען זיך אזוי מאדנע נישט אין פראפארץ צו די אנגעגעבענע טענות, אז מען מוז זיך נעמען זוכן די סיבה, דעם מאטיוו, ערגעץ אנדערש ווי צווישן ביינער אין בית שמש.
און איך מיין אז ס’האט כאטש טיילווייז צוטאן מיט א יסודות’דיגן קריזיס אין דער אידענטיטעט פון דעם קנאי’שן, אנטי-ציוניסטישן לאגער. עס זענען דא פאראן צוויי חלקים, וואס זענען כדאי אויסצושמועסן: דעם עצם קעגנערשאפט, און דעם אופן ווי זי איז במשך די יארן אויסגעדריקט און געפרעדיגט געווארן.
די שיטה פון די קנאים, אינעם סאמע ברייטן זין פון ווארט, איז א יסודות’דיגע, כללית’דיגע קעגנערשאפט צום רעיון הציוני. אייננעמען ארץ ישראל און דארט אוועקשטעלן א אידישע פירערשאפט, איז אסור. דער איינציגער אופן פון איבערנעמען דאס לאנד איז אונטער דער פאן פון משיח, וועלכער וועט צוערשט צוזאמקלויבן אלע אידן פון גלות, און זיי ארויפפירן צום הייליג לאנד. אזא אופן פון גאולה נעמט אריין כל’ערליי פאנטאסטישע פרטים, ניסים, און מעטאפיזישע שינויים אין דער בריאה. די ווערטער פון די נביאים איבער “יענעם טאג” ווערן דא אויפגענומען מער-ווייניגער בוכשטעבליך. אחוץ אן אלוועטליכער אויפשאקלונג, צרות נאכגעפאלגט פון ניסים וואס וועלן יציאות מצרים שטעלן אין שאטן, דערווארטן אידן מיט אזא אויסקוק אז דער משיח זאל אונז אלע עווענטועל רייניגן מיט’ן אש פון דער פרה אדומה, א פיקס-פארטיגער בית המקדש פון פייער זאל זיך אראפלאזן פון הימל, און אונזער ארט לעבן זאל טראגן אן ענליכן כאראקטער צו יענעם פון זמן הבית (ווי מיר שטעלן זיך עס פאר אין פאנטאזיע – קיין סך היסטארישע פרטים האבן מיר דאך נישט).
דער חילוק צווישן די “קנאים” און אנדערע חרדי’שע נישט-קנאים האט זיך אויף אן אמת אויסגעשטאלדיגט נאך דער גרינדונג פון דער מאדערנער מדינת ישראל אין תש”ח. בעת די חרדי’שע אגודה-קרייזן האבן אויפגענומען די מדינה ווי א פאקט און אלע אישוס פון דארט און ווייטער באהאנדלט אין דעם ליכט, האבן די קנאים-קרייזן דעקלארירט “איני מכיר”. די מדינה איז דא; היות אבער איר עצם עקזיסטענץ איז סותר די עיקרי הדת, וועלן מיר מיט איר נישט האבן קיין שייכות. אנשטאט א מדינה, איז דא פאראן א כאפטע רשעים, וואס האבן זיך באזעצט אויף דער הייליגער ערד און פרואווען אפפירן ערליכע אידן פון וועג.
דאס איז די תורה פון קנאות אויף איין פוס. הלכה למעשה איז דאס קנאות געווען געווידמעט פרטים און פראבלעמען מצד דער מדינה וואס זענען געווען געצילט, דירעקט אדער אומדירעקט, קעגן דער הלכה און מסורה. די פראטעסטן און פראקטישע קנאות האט זיך געדרייט ארום און איז געווען געצילט געזעצן און גזירות, וואס האבן געטשעפעט מיט הלכה אדער דער מעגליכקייט פון חרדישע אידן צו פירן א הלכה’דיג לעבן.
אין דער פארגאנגענהייט איז א חרדישן איד נישט אזוי שווער אנגעקומען צו זיין א קנאי. די מדינה איז געווען לינק-סאציאליסטיש און היפש אנטי דת און מסורה. די פירערס פון יענער תקופה האבן באמת געזוכט אויסצורייסן דאס טראדיציאנאלע יהדות, און האבן כסדר צוגעשטעלט סיבות פאר קאנפראנטאציע.
דאס איז אבער היינט שוין כמעט נישט שייך. די ישראל-באפעלקערונג קערט זיך אין די לעצטערע יארן אלס מער צו רעכטס, און די מדינה בכלל קומט וואס נאענטער צו מסורה און, ביז א געוויסער מאס, אויך תורה. אמת’ע סכנות פאר אידישקייט זענען פאראן ווייניג און שוואכע, און וועלן מסתמא אין דער צוקונפט אינגאנצן פארשווינדן. פון דער אנדערער זייט, האט די קנאישע “טעאלאגיע”, אזוי צו זאגן, קיינמאל נישט געהאט קיין ערנסטע אויסזיכטן פאר אריכות ימים. א שיטה וואס איז מיוסד אויף “נישט”, וועט פריער צי שפעטער אפשטארבן. נעגאטיוויטעט איז נישט קיין חומר פאר’ן יסוד פון אן אידענטיטעט. די ענערגיע וואס דאס קנאות-ברען פראדוצירט איז גענוג מאכטפול צו לאזן א באוועגונג אין גאנג, אבער נישט גענוג צו טרייבן די ווייטערדיגע עקזיסטענץ פאר צו לאנג. (איך בין חושש אז ווען דער סאטמארער רבי האט נאך מיט אלעם אליין אנגעפירט, האט די תורה זיינע געטראגן אן אנדערן כאראקטער ווי שפעטער. דאס קנאות איז מסתמא געווען א נאטירליכע מסקנא פון זיין אלגעמיינעם מהלך אין אידישקייט. דאס איז גאר אנדערש ווי א קנאות ווי א בריאה פאר זיך.)
דער קנאות-עלעמענט, ווי יעדע עקזיסטענץ, וויל אבער נישט שטארבן. מיט קיין סך חיות איז זי אבער נישט געבליבן; און די “נשמת חיים” וואס האט זי געשטעלט אויף די פיס צאנקעט קוים. היות דער עלעמענט וואס האט עס דערהאלטן ביים לעבן פארשווינדט, מוז קנאות זיך אויסזוכן אנדערע שונאים, אויף וועמען זיך ארויפצואווארפן מיט יענעם אייפער פון אמאל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.