א טיפער וואלקן פון צער האט זיך אויסגעשפרייט איבער דער חסידישער געמיינדע אין ניו-יארק הערנדיג די ביטערע בשורה איבער דעם אומקום פון נחמן און רייזל גלויבער, עליהם השלום, אין א שוידערליכן עקסידענט. דער ווייטאג און טרויער האט דערגרייכט א העכסטן קלימאקס ווען דאס פריש געבוירענע עופעלע וואס האט געזאלט זיין די נסימדיגע המשכה פון דער משפחה איז אויך ליידער נפטר געווארן.
עס קענען געמאכט ווערן א סך אבזערוואציעס אין דער צייט פון אזא טראגעדיע. פון טעאלאגישע און אנטראפאלאגישע שטאנדפונקטן איז וויכטיג און אינטערעסאנט צו אנאליזירן וויאזוי אזא טיף-רעליגיעזע געמיינדע נעמט אויף אזעלכע טראגישע בשורות, און די ראלע וואס עס שפילט די אומבויגזאמע באציאונג מיט גאט אין ראציאנאליזירן די ברענעדיגע פראגעס.
עס איז אבער וויכטיגער צו קוקן אויף דעם מענטשליכן עלעמענט; אויף דעם קאלעקטיוון געפיל פון ווייטאג און טרויער וואס האט איינגענומען אלע חסידישע אידן. דאס האט זיך אפגעשפיגלט אין דעם ברייטן און טיפן געיאמער וואס האט אפגעהילכט אין אלע שולן און קאפע-הייזער, וועמענס ווידער-קול האט זיך אפגערופן אין חרדישע צענטערן פון אלע עקן פון דער וועלט. חסידישע פנימער זענען איצט איינגעפאלן, פארטרויערט, רוקנס איינגעבויגענע איבער צעריסענע הערצער.
די לויה איז נישט פארגעקומען אין א ראמאנטיש מילד-באלאכטענעם טשאפל, נאר טויזנטער האבן וואקלדיג באגלייט די ארונות אויף די ווייסע טראפיק-שטרייפן פון א וויליאמסבורגער געסל. מ’האט נישט געזען מענטשן זיך האלזן, פאלן אויף איינעם דעם צווייטנס פלייצעס לויט די געזעלשאפטליכע מאניערן, אבער מ’האט געזען די רויע, הארץ-טרייסלענדע געפילן וועלכע האבן זיך געגאסן אויף די גאסן בלויז שעהן נאך דער טראגעדיע. מ’האט נישט געזען קיין עלעגאנט-באקליידעטע מענטשן ארום אן אויסגעפיצטן ארון, נאר פשוט’ע מענטשן, פארבראכן און פארצווייפלט, ארום א פשוט’ן הילצערנעם ארון. מ’האט נישט געהערט קיין פאסיגע לידער און הימנעס, אבער מ’האט געהערט די הויכע כליפען פון עטליכע דורות דערוואקסענע מענטשן וועלכע האבן עניוותדיג מקבל געווען אויף זיך גאטס רצון.
מ’האט אין די טעג נישט געקענט לעבן ווי א חסידישער איד אן פארכאפט ווערן אין דעם טרויער-שטורם. די חושים זענען באשיימפערליך פארטייבט געווארן, און דער מח, א צעחושטער, האט נישט געקענט גראד טראכטן אין אזא געדוכטעניש פון דערביטערונג. עס איז נישט מעגליך געווען צו פארמיידן די אבילות – די איידעלע און באחנטע פנימער פון נחמן און רייזל האבן געשוועבט פארנט פון די אויגן און האבן איינגעמאנט צו טרויערן מיט יעדן.
ווי דערשעפנד עס איז געווען איבערצולעבן אט די פינסטערע טעג, טוען אבער אזעלכע איבערלעבענישן פארשטארקן די שעצונג צו אזא סאלידאריטעט, אזא עמפאטיע וואס צעגיסט זיך אין אלע אברים, און ברענגט ארויס טרערן ביי די פארהארטעוועטסטע הערצער. ווער וואלט דען נישט געוויינט ביי א קינדס לויה? וועלכער חסיד וועט דען נישט וויינען ווען א מיטגליד פון דער גרויסער חסידישער פאמיליע איז אזוי טראגיש פארשניטן געווארן.
ווען די מידיא הענגט אונזערע שמוציגע וועש אין דער עפנטליכקייט ווערט אמאל דאס חסידיש היטל ענג אויפן קאפ. אין ארבעט, אין דער פרעמד, איז שווער צו פארטיידיגן די סטעריאטיפן מיט וועלכע מ’באטראכט אונז. אבער אזא מאניפעסטאציע פון מיטגעפיל מאכט אונז ווידער באקוועם מיט אונזערע בגדים. ס’איז א שטאלץ צו קענען זאגן אז מיר זענען א טייל פון אזא הארציגער, מיטפילנדער געמיינדע. מיר געהערן צו א גרויסער משפחה וואס זארגט און שיצט אלע אירע טויזנטער מיטגלידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.