איינע פון די וויכטיגסטע זאכן וואס דער בעל שם טוב האט בשעתו אויפגעטאן, איז געווען דאס אויפלאזן די פארפרוירנקייט וואס האט זיינער-צייט איינגענומען אידישקייט אין מזרח אייראפע. אידישקייט אין דער תקופה פאר דער בעש״ט האט זיך באוויזן, איז באשטאנען פון טעכנישע פארמאליטעטן און טרוקענע פארמולעס. דאס הארץ, די געפילן, די איבערלעבעניש, די אינערליכקייט פון דאווענען-לערנען און מקיים זיין מצוות, איז עפעס ווי באזייטיגט געווארן. דאס הארץ איז פון א וויכטיגן ארגאן אינעם אידישן קערפער אפגעריקט געווארן אין א זייט — קוים באמערקט צו ווערן.
איינער פון די קאנסעקווענצן פון דעם קאלט-הארט-טרוקענעם מהלך איז געווען, אז די פשוטע עמך-אידן פון די דערפלעך און שטעטלעך זענען ביסלעכווייז אוועקגעפאלן. לערנען האבן די ישובניקעס נישט געקענט; אין בעסטן פאל, האט אזא דארפס-איד געקענט דורכשוויצן דעם עברי פונעם דאווענען. דעם טייטש פון די ווערטער האט ער נישט געוואוסט; שוין אפגערעדט פון דעם מיין, די טעמים פון די מצוות מעשיות.
די אידן פון די גרויסע שטעט, די לומדים און עובדים, האבן דעם ישובניק אנגעקוקט מיט א ביטול. זיי האבן די דארפסאידן באטראכט ווי שטיפברידער, אדאפטירטע קינדער ביים אויבערשטן. די אידן פון די שטעטלעך זעלבסט האבן זיך אויך אזוי אנגעקוקט. זיי האבן געהאלטן, אז זייער געכאפטער דאווענען, צעקאליעטשטער עברי, און שלעכט-אויסגעפירטע מצוות מעשיות האבן נישט קיין טעם וריח. די מלאכים, האבן יענע אידן געגלייבט, נעמען זיך מיטאמאל די מי א קוק צו געבן אויף אזא קאליבער סחורה; שוין אפגערעדט פון אפטראגן דעם ביליגן מאטעריאל צו גאט.
איז געקומען דער בעש»ט און געלערנט: «רחמנא ליבא בעי.» דער אויבערשטער זוכט דאס הארץ. דער מענטש קען נישט טאן מער ווי ער קען און ווייסט. זיין דאווענען, לערנען, און מצוות קענען נאר געטאן ווערן אזוי גוט ווי ער קען און ווי די אומשטענדן דערלויבן — נישט מער, נישט ווייניגער.
אזוי זענען די פראסטע אידן געוואויר געווארן אז זיי זענען קינדער פונעם אויבערשטן, נישט ווייניגער ווי זייערע לומדישע ברידער. דער אויבערשטער וויל זיי, זוכט זייער דאווענען — וויל זייער הארץ. די לערנערס זאלן ווייטער לערנען, און דער אויבערשטער וועט פון זיי ווייטער הנאה האבן. מיר, פשוטע אידן, וועלן ווייטער דאווענען אזוי גוט ווי מיר קענען. אזוי לאנג ווי דער אקט קומט פון הארץ, איז דער אויבערשטער צופרידן.
דאס האט געראטעוועט די פשוטע אידן, די פראסטע ישובניקעס פון פארפאלן גיין. חסידות האט, יעדנפאלס אויף דער פשוטער מדריגה, אריינגעברענגט א חיות אין אידישקייט. פון פארפרוירענעם ריטואל, איז אידישקייט צוריק געווארן א לעבעדיגער, וויברירנדער וועזן, א וועג צו דביקות מיט אלוקית. יעדער אקט פאדערט הארץ. און דער סכום וויפיל הארץ און נשמה עס פאדערט זיך איז פאר יעדן אנדערש. עס ווענדט זיך אינעם מענטש, זיינע ידיעות, השגות, און אומשטענדן. אידן — אלע אידן, אין הויכע שטיוול און פראסטע, ליימיגע קליידער פונקט ווי אין בעקישעס און ברייטע טליתים קטנים — זענען צוריק געווארן קינדער פונעם אויבערשטן און גלייכע ברידער צווישן זיך.
זענען דורכגעלאפן יארן און תקופות, צרות און נגישות, און אידישקייט האט זיך געטראפן שטיין ביי א שטאפל ענליך צו דעם, ביי וועלכן דער בעש״ט האט זי געטראפן: קאלט, הארט, און שטום. דאס התלהבות און התפעלות וואס חסידות האט אריינגעברענגט אין יהדות, זענען פאר זיך אליין פארגליווערט געווארן. פון מיטלען אריינצוברענגען געפיל און אויסצודריקן דעם קאך אין הארץ, זענען זיי פארוואנדלט געווארן אין טרוקענע, מעכאנישע ריטואלן. מען שאקלט זיך ביים דאווענען, ווייל ביים דאווענען דארף מען זיך שאקלען. מען פאטשט ביי בואו בשלום, ווייל אז דו וועסט זיך אומקוקן איבערן שול וועסטו זען אז יעדער פאטשט. איז דאך פשט, אז פאטשן און בואו בשלום גייען אינאיינעם… די בגדים, מנהגים, חסידישע «שטיק» זענען פון מיטלען, געצייגן, מהלכים פאר אינערליכקייט, אמתדיגקייט, נשמהדיגקייט פארוואנדלט געווארן אין סעיף-קטנ›ס, זייט ביי זייט מיט די עקזיסטירנדע הלכות, מסורות, און מנהגים.
בקיצור, א חסידישע אידישקייט מיט א פאר-בעש״ט׳דיגן טעם. א פארפרוירענע חסידישקייט אויפן ווילנער נוסח. א ציטערדיג שטיק אייז איינגעהילט אין א רעזשוואולקע.
האט אבער אין די לעצטע יארן אריינגעטרעטן א שינוי. עס זענען פאראן אידן, דאס רוב פון יונגערן דור, דאכט זיך, ביי וועמען אידישקייט איז ענערגיש, לעבעדיג, דינאמיש. דאווענען איז אן איבערלעבעניש און מצוות מעשיות קומט באגלייט מיט א התפעלות וואס הייבט זיך אן אינעווייניג, אין הארץ, און דריקט זיך דערנאך אויס כלפי חוץ אויף פארשידענע אופנים.
מען רופט די יונגעלייט מיט א שם הכולל «ברעסלאווער». עס איז היינט פאראן א שלל מיט מנהיגים און משפיעים, וועמענס שיטות, תורות, און סטיל הנהגה צעצווייגן זיך אין אזויפיל פרטים און אנדערשקייטן, אז דאס שייכות פון איינער ביזן צווייטן איז פונקט אזוי ווייט ווי ברעסלאוו איז פון אנדערע חסידישע קרייזן. דער צד השוה פון די אלע «ברעסלאווער» גרופעס און קרייזלעך איז אבער דאס: די מצוות מעשיות ווערן געזען ווי איין טייל פון א גרעסערן, ברייטערן מושג, וואס איז כולל הארץ און נשמה. יעדער טוט דאס אויף זיין שטייגער; אבער אלע צילן זיי צום זעלבן פונקט: ארויסרייסן אידישקייט פון דער פארגליווערטקייט און טויטקייט, וואס דראעט צו פארוואנדלען אידישקייט אין א טויטן חסידות.
איך קוק דעם פענאמען אן ווי א ווידעראויפבלי פון דרך הבעש״ט (אדער, ווי אזא «שכחם וחזרו וייסדם,» אויב פסק׳ן מיר ווי די שיטה פון «נשתכח דרך הבע״ש»). פארוואס פונקט רבי נחמן? ווייס איך נישט. אפשר איז עס דערפאר, ווייל אויף דעם נאמען האט זיך נישט אויפגעבויט א דינאסטיע וואס האט פארפרוירן זיינע תורות און מנהגים; איז ער געבליבן אפן פאר א לעבעדיגער, חסידישער, בעש״ט׳דיגער אידישקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.