סאָניאַ גאַלאַנץ איז ניט קיין פּנים־חדשות אין דער ייִדישער טאַנץ־סבֿיבה און אין דער וועלט פֿון ייִדישע לימודים. זי איז אַ דאָקטאָראַנטקע אין דעם אָפּטייל פֿון דײַטשישע שפּראַכן און ליטעראַטור בײַם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט. זי האָט שוין געוווּנען עטלעכע חשובֿע סטיפּענדיעס צו פֿאָרשן אינעם „ייִוואָ‟ און אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ישראל; זי פֿאָרשט איצטער אין ווין, אַלץ אויף דער טעמע פֿון געמישטע טענץ (וווּ מענער און פֿרויען טאַנצן צוזאַמען) אין דער ייִדישער און דײַטשישער ליטעראַטור.
נישט נאָר פֿאָרשט זי — זי איז אַליין אַ באַגאַבטע טענצערין און האָט דעם זומער געאַרבעט ווי אַ טאַנץ־לערערין אין „קלעז־קאַנאַדע‟.
צווישן די מקורים, וואָס סאָניאַ האָט געניצט אין דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק זענען ייִדישע און דײַטשישע צײַטשריפֿטן, ווי למשל, „דער איזראַעליט‟, „איזראַעליטישעס פֿאַמיליענבלאַט‟, און „די צוקונפֿט‟. איך האָב לעצטנס געהאַט די געלעגנהייט צו שמועסן מיט איר וועגן פֿאָרשונג און טענץ.
מ־ח: ווי אַזוי האָסטו זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער טעמע פֿון געמישטע טענץ אין דער ייִדישער און דײַטשישער ליטעראַטור?
ס־ג: זײַט יאָרן זענען מיר געווען אינטערעסאַנט אַזוינע טעמעס ווי מאָדערניזם, ייִדישע קולטור, פֿרויען אין דער ליטעראַטור און טענץ (איך האָב זייער ליב צו טאַנצן!). ס’רובֿ פֿרויען אין דער ליטעראַטור פֿונעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט און נאָך פֿריִער האָבן קוים געהאַט די געלעגנהייט צו באַשליסן זייער גורל פֿאַר זיך אַליין, אַחוץ דעם, אַז זיי קענען, ווי טבֿיהס טעכטער, באַשליסן מיט וועמען זיי זאָלן חתונה האָבן אָדער מיט וועמען זיי וועלן אַ ליבע פֿירן. איך האָב געוואָלט שרײַבן אַ דיסערטאַציע וועגן דעם, אָבער איך האָב נישט געטראַכט וועגן טענץ. בשעת „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ האָב איך געהערט אַ סך וועגן נײַע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישן טאַנץ און אויכעט וועגן דער טאַנץ־קולטור בכלל. איך האָב באַמערקט, אַז יונגע־לײַט קענען זיך באַקענען בשעת אַ טאַנץ, און אַז מע קען טראַכטן וועגן אַ סך אַנדערע טעמעס, וואָס איך האָב ליב, ווען מע גיט אַ קוק אויף אַ געמישטן טאַנץ.
מ־ח: וואָס פֿאַר אַ מקורים האָסטו געפֿונען? אַנטפּלעקט עפּעס חידושים?
ס־ג: איך האָב געזאַמלט פֿיל פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע טעקסטן און זכרונות, וואָס באַשרײַבן אַלערליי טענץ, און איך זוך שטענדיק מער. מע שרײַבט אַ סך וועגן טענץ ווי מע וואָלט געמיינט, כאָטש געוויינטלעך, האָט מען געשריבן אַ קורצע באַמערקונג, אָן אַ באַשטימטער כאָרעאָגראַפֿיע.
מ־ח: ווי אַזוי איז עס געווען צו וווינען און פֿאָרשן אין ישׂראל?
ס־ג: פֿאַר מיר איז געווען וווּנדערלעך. איך האָב ליב די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון ישׂראל, און די ביבליאָטעקערינס אין דער טאַנץ־ביבליאָטעק זענען זייער גרייט צו העלפֿן. ס׳איז אויכעט געווען שיין זיך צו באַקענען מיט די פֿאָלקלאָריסטן דאָרט. אַחוץ דעם, האָב איך געקענט פֿאַרברענגען צײַט מיט ייִדישיסטן און קלעזמאָרים און אַפֿילו אָנטייל נעמען אין יאָגאַ אויף ייִדיש!
מ־ח: דערצייל אונדז וועגן דײַנע פּלענער אין ווין דעם האַרבסט.
ס־ג: אין ווין וועל איך אי פֿאָרשן, אי שרײַבן. עטלעכע פֿון די „דײַטשישע‟ שרײַבער וועגן וועמען איך שרײַב, האָבן געוווינט אין עסטרײַך און זייערע ביכער און פֿאָרש־אַרבעטן זענען אין די ווינער ביבליאָטעקן. ס׳איז נישט שלעכט צו וווינען אין דער שטאָט פֿונעם „וואַלצער‟!
מ־ח: וואָס איז דײַן באַליבסטער טאַנץ?
ס־ג: ס׳איז שווער צו זאָגן. איך האָב זייער ליב די „באָיאַרעסקאַ‟, וואָס מע קען טאַנצן אין אַ קאָן בשעת די קלעזמאָרים שפּילן אַ „טערקישער‟. מע קען זייער גיך דערלערנען (אָדער זיך לערנען) די טריט; די מוזיק איז זייער שיין און די באַוועגונגען — אויך זייער שיין. מיט חבֿרים, וואָס זענען אַוואַנסירטע טענצער, האָב איך זייער ליב צו טאַנצן אַ „שער‟. און בײַ אַ שׂימחה איז נישטאָ בעסערס ווי אַ לאַנג און גרויס „פֿריילעכס‟ מיט אַ סך פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן.
מ־ח: אַ האַרציקן דאַנק, סאָניאַ, און איך ווינטש דיר מזל און הצלחה, סײַ מיט דער פֿאָרשונג, סײַ מיטן טאַנצן. אַזוי ווי מען זאָגט: זאָל זײַן מיטן רעכטן פֿוס!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.