דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי איז פֿאָרגעקומען אַ לינגוויסטישע עקספּעדיציע קיין באַסאַראַביע, הײַנט מאָלדאָווע. אַ גרופּע מאָסקווער ייִדישיסטן זענען אַהין געפֿאָרן, כּדי צו פֿאָרשן סײַ קליינע דיאַלעקטישע ענינים, סײַ אָנצוקלײַבן טעקסטן פֿאַרן ייִדישן מולטימעדיע־קאָרפּוס (//web-corpora.net/YiddishMultimediaCorpus/search).
די עקספּעדיציע איז אָרגאַניזירט געוואָרן לויט דער טראַדיציע, וואָס מע האָט געירשנט בײַ די מאָסקווער לינגוויסטן. דאָס הייסט: אַ גרופּע סטודענטן לערנט זיך די שפּראַך במשך פֿון דעם שול־יאָר, און יעדערער קלײַבט אויס אײן לינגוויסטישע טעמע. דערנאָך פֿאָרט די גרופּע, צוזאַמען מיט אַ פּאָר לערערס אין אַ ראַיאָן, װוּ מע רעדט די שפּראַך, כּדי צו פֿאָרשן, װי מע זאָגט, „אין פֿעלד‟.
אַזוי אַרום האָט אַ גרופּע סטודענטן אין מאָסקװע זיך געלערנט ייִדיש איין אָדער צוויי יאָר לאַנג. עטלעכע סטודענטן האָבן שוין עפּעס געפֿאָרשט אין דער ייִדישער גראַמאַטיק, באַנוצנדיק דעם „ייִדישן קאָרפּוס‟. צען פֿון די סטודענטן אין דער „העכערער עקאָנאָמישער שול‟ אין מאָסקווע זענען געפֿאָרן, און מיר האָבן זוכה געווען אַז יאַנקל־פּרץ בלום, אַ ייִדישער לינגװיסט פֿון ניו־יאָרק, זאָל מיט אונדז מיטפֿאָרן. ער האָט אונדז געהאָלפֿן צוגרײטן ריכטיקע פֿרעגבויגנס אויף ייִדיש, אונדז געגעבן עצות וועגן דער גראַמאַטיק, און מיר האָבן אױך סתּם אַזוי אַ סך געשמועסט אויף ייִדיש, אַזוי אַז ס׳איז געוואָרן אַזאַ מין ייִדיש־וואָך אין קעשענעוו.
מיט דער הילף פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין קעשענעוו, בעלץ און ריבניצע (די פֿיליאַלן פֿון דער אָרגאַניזאַציע „חסד‟ פֿאַר די עלטערע ייִדן) און אויך דורך דער קעשענעווער שיל האָבן מיר געפֿונען 20 ייִדיש־רעדערס אין פאַרשיידענע שטעט. אָבער אַן אינפֿאָרמאַנט צו אַן אינפֿאָרמאַנט איז נישט גלײַך: הגם אַלע האָבן געקענט ייִדיש פֿון די קינדער־יאָרן, קענען נאָר אַ טײל רעדן פֿליסיק, בשעת די אַנדערע האָבן שוין אַ סך פֿאַרגעסן. אַנדערש געזאָגט — װאָס עלטער דער ייִד, אַלץ בעסער האָט ער גערעדט די שפּראַך. מיט די אַלע ייִדן האָבן מיר געשמועסט און מיר האָבן זײ געשטעלט גראַמאַטישע פֿראַגעס, יעדערער אױף זײַן באַזונדערער טעמע.
איין טעמע האָבן צוויי מענטשן, אײנער אין ישׂראל און דער צװײטער אין באַסאַראַביע, געפֿאָרשט גלײַכצײַטיק: ווי אַזוי באַנוצט מען די פּעריפֿראַסטישע קאָנסטרוקציעס ווי, למשל, „זיך מישבֿ זײַן‟ אָדער „רחמנות האָבן‟? צי איז די קאָנסטרוקציע נאָך פּראָדוקטיוו, למשל, צי קען מען נעמען אַ העברעיִש וואָרט און מאַכן דערפֿון אַזאַ מין ווערב? װען די קאָנסטרוקציע איז זײער פֿאַרשפּרײט צווישן די ייִדיש־רעדערס אין ישׂראל, האָבן אָבער די באַסאַראַבער ייִדן װאָס מיר האָבן אױסגעפֿרעגט, אין גאַנצן פֿאַרגעסן נישט בלויז ווי אַזוי מען בענוצט זי, נאָר ס׳רובֿ אויך די טײַטשן פֿון די ווערטער, אַחוץ די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע, װי „מוחל זײַן‟ און „חתונה האָבן‟.
די לאַגע איז נישט קײן בעסערע בײַ די אַנדערע גראַמאַטישע ענינים. איין סטודענטקע האָט געפֿרעגט די ייִדן װעגן דעם באַנוץ פֿון די רעלאַטיװע פּראָנאָמען „וואָס‟, „וועמען‟ און „וועלכער‟ (װי למשל „דאָס בענקל אױף װעלכן דו זיצסט‟). ס׳רובֿ אינפֿאָרמאַנטן האָבן געניצט נאָר איינס פֿון די ווערטער אין אַלע פֿאַלן, למשל, „וואָס‟ — סײַ פֿאַר באַלעבטע, סײַ פֿאַר אומבאַלעבטע סובסטאַנטיוון אין אַלע דרײַ בייגפֿאַלן.
אױך ווען ס׳איז נישט געגאַנגען אין אַזוינע שװערע סינטאַקטישע פֿראַגעס, האָבן אנדזערע אינפֿאָרמאַנטן געהאַט שװעריקײטן. למשל, מיר האָבן זײ געבעטן זיך דערמאָנען אין די נעמען פֿון די עופֿעלעך פֿון פֿאַרשידענע חיות און עופֿות. (געזוכט האָבן מיר דעם דימינוטיװ, אַ שטײגער פֿון הונט — הינטל.) צו דעם דאַרף מען זיך אָבער, צו ערשט, דערמאָנען אינעם נאָמען פֿון דעם באַשעפֿעניש אַליין, און עס האָט זיך אונדזערע מיטשמועסערס נישט אַלעמאָל אײַנגעגעבן. אַזוי אויך האָט מען נישט געקענט איבערזעצן אַ סך ווערבן פֿון רוסיש, און אין אַ היפּשער צאָל פֿאַלן האָט מען זיך באַנוצט מיט אַ רוסיש וואָרט געפּאָרט מיט דער ייִדישער מאָרפֿאָלאָגיע.
זייער אָפֿט, אַפֿילו אַז מע האָט זיך שוין יאָ דערמאָנט אין אַ וואָרט, למשל, אינעם ווערב „וואַשן זיך‟, האָט מען נישט באַװיזן אים פֿולשטענדיק צו קאָניוגירן. אײן אינפֿאָרמאַנט, צום בײַשפּיל, האָט מערניט געקענט ניצן דעם װערב אין דער ערשטער און דריטער פּערזאָן איינצאָל.
אַזעלכע בײַשפּילן קען מען ברענגען לרובֿ. אַזוי פֿאַרגעסט זיך די שפּראַך, ווען ס׳איז נישטאָ מער מיט וועמען צו רעדן… עס דערמאָנען זיך נישט די ווערטער און מע פּלאָנטערט גראַמאַטישע קאָנסטרוקציעס. יעדער אינפֿאָרמאַנט געדענקט שטיקער אָבער נישט דאָס גאַנצע. אפֿשר װען מע זאָל צוזאַמעננעמען זײ אַלעמען אין אײנעם װאָלט זיך באַקומען איין גוטער ייִדיש־רעדער. אָבער באַזונדער קענען זײ שוין מער נישט אױסניצן די שפּראַך מיט דער פֿולער בונטקייט און שיינקײט פֿונעם באַסאַראַבער דיאַלעקט.
כאָטש מיר האָבן נישט ספּעציעל געפֿאָרשט דעם הײַנטיקן צושטאַנד פֿון די ייִדישע טראַדיציעס אין באַסאַראַביע, זעט ער נישט אויס בעסער װי בײַם ייִדישן לשון. ס׳רובֿ פֿון אונדזערע אינפֿאָרמאַנטן זײַנען וועלטלעכע ייִדן, הגם זייערע עלטערן זײַנען על־פּי־רובֿ געווען פֿרומע. זײ געדענקען די יום־טובֿים, וואָס מען האָט געפּראַװעט אין די קינדער־יאָרן, און װאָס מע פֿירט איצט דורך בלויז אין די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. געוויינטלעך, היטן די דאָרטיקע ייִדן נישט קײן כּשרות און גרײטן נישט צו קײן ייִדישע מאכלים, כאָטש זיי געדענקען זיי יאָ פֿון די קינדער־יאָרן. אַ סך מער וועגן די טראַדיציעס האָט מען רעקאָרדירט אין גאַנג פֿון דער עקספּעדיציע „אַהײם‟, געפֿירט דורך ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער אין דעם זעלבן ראַיאָן. די באַסאַראַבער ייִדן געדענקען ביז הײַנט די דאָזיקע עקספּעדיציע.
נאָך אונדזער עקספּעדיציע וועט יעדער באַטײליקטער אָנשרײַבן אַן אַרבעט אױף דער טעמע, וואָס ער האָט געפֿאָרשט. מיר וועלן אויך פֿאַרגרעסערן דעם מולטימעדיע־קאָרפּוס מיט קלאַנג־ און ווידעאָ־מאַטעריאַלן און עס וועט אם־ירצה־השם העלפֿן דעם ברײטן עולם זיך באַקענען מיטן באַסאַראַבער דיאַלעקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.