Vayter

**קינדער־ווינקל** — לפֿני עיוור לא תיתּן מכשול

Don’t Trip the Blind with an Obstacle

פֿון ביילע־נחמה בערגער סאָלאָד (11 יאָר אַלט)

  • Print
  • Share Share

באַנאַנע־שאָלעכץ
אויפֿן דיל.
אוי, ס’איז געל, אָבער
זייער ניט „קיל*‟.
אַ מענטש קומט צו גיין
און זעט עס ניט.
טרעט ער אויפֿן שאָלעכץ
און
    פֿאַלט
      אַראָפּ
        אויפֿן
            דיל.

*קיל — באַקוועם, גוט, צוציִעק. פֿונעם ענגלישן cool.