די ייִדישע פֿאָלקס־מוזיק איז דאָך אַ לעבעדיקע טראַדיציע אָבער ס׳איז אויך, געוויינטלעך, אַ טראַדיציע וואָס באַהאַנדלט מער די טעמעס וואָס האָבן צו טאָן מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט ווי מיט די הײַנטיקע געשעענישן. דאָס זעט מען, בפֿירוש, בײַם בלעטערן די נײַע ייִדישע אַלבאָמען פֿון די לעצטע 20 יאָר, אין וועלכע ס׳רובֿ נײַ־געשריבענע לידער אויף ייִדיש האָבן צו טאָן מיט אַלטע פֿאָלקס־מאָטיוון ווי דאָס לעבן אין שטעטל, כעלעם, חדר־ייִנגלעך און אַזוי ווײַטער. עס זענען אַוודאַי פֿאַראַן וויכטיקע אויסנאַמען אַזוי ווי ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס „באַלאַדע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער‟, מרים חיה־סגלס „די באַהאַלטענע ליבע‟ (וועגן האָמאָסעקסועלער ליבע) און מײַקל וועקס ליד פֿאַרן „קלעזמאַטיקס‟ וועגן מאַריכואַנע „מזמור שיר להניף‟. זיי זענען אָבער דאָך זעלטענע אויסנאַמען.
דער פֿאַקט, אַז עס וועט באַלד זײַן צען יאָר זינט דעם שרעקלעכן הוראַגאַן „קאַטרינאַ‟, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט גרויסע טיילן פֿון לויִזיאַנאַ און מיסיסיפּי, איבערלאָזנדיק דערבײַ כּמעט 2,000 טויטע, האָט מיר דערמאָנט אין נאָך אַ ייִדישן ליד, וואָס דערציילט פֿון יענער גרויליקער טראַגעדיע. דאָס ליד „חורבן־קאַטרינאַ‟ פֿון דניאל קאַהן איז פֿאַקטיש ניט קיין אָריגינעל ליד, נאָר אַ נײַער גילגול פֿון אַן אַלט ליד וועגן דעם „טיטאַניק‟, וואָס איז שפּעטער געוואָרן פֿאָלקלאָריזירט.
אינעם אָריגינעלן נוסח, וואָס איר קענט הערן אונטן, זינגט מען:
„צי האָט איר, ליבע מענטשן, געהערט
וואָס אויפֿן ים האָט זיך פֿאַרלאָפֿן?
אַן אַמעריקאַנער שיף האָט זיך איבערגעקערט,
און פֿילע מענטשן זענען דערטרונקען געוואָרן.
צי האָט איר, ליבע מענטשן, געזען די „קאַרטינע‟ (בילד)
ווי גרויס עס איז געווען גאָטס צאָרן,
ווען פֿילע וואַסער איז אַרײַן אין די מאַשינעס,
און די עלעקטריע איז פֿאַרלאָשן געוואָרן.
שפּעטער האָט מען, אַ פּנים, אין מיזרח־אייראָפּע, ארײַנגעוועבט די פֿאָלגנדיקע שורות:
חתן־כּלה זענען זיך געזעסן אין פֿריידן
זייער פֿרייד האָט דאָך קיינער נישט געשטערט
זיי האָבן געשריגן: ליבער גאָט, וואָס טוטסטו אונדז צעשיידן,
אָבער גאָט האָט זיך צו זיי ניט צוגעהערט
קאַהנס נײַעם נוסח, וועבט צונויף די אָריגענעלע מוזיק, וואָס איז אַ געמיש פֿון אַ באַלאַדע און אַ מין טרויער־ליד בײַ אַ גוייִשער לוויה (בלע׳׳ז אַ dirge) צוזאַמען מיט דער דזשעז־מוזיק פֿון ניו־אָרלינס, וואָס ווערט געשפּילט אויף די דאָרטיקע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער לוויות. אין קאַהנס „אַקטואַליזירונג‟ פֿונעם ליד ווערט די שיף פֿאַרוואַנדלט אין דער שטאָט ניו־אָרלינס, די מאַשינען אויף דער שיף אין דעם „באָורבאָן‟־קוואַרטאַל פֿון ניו־אָרלינס און גאָט — אינעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, וועמענס אומגעלומפּערטע האַנדלונג אין די טעג נאָכן שטורעם האָט די טראַגעדיע געמאַכט נאָך ערגער.
איר האָט געוויס, ליבע מענטשן, געהערט
וואָס אין ניו־אָרלינס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן
אַן אַמעריקאַנער שטאָט האָט זיך איבערגעקערט
און פֿילע מענטשן זענען דערטרונקען געוואָרן
אוי, שטעלט אײַך פֿאָר, ליבע מענטשן, דעם חורבן
ווי גרויס איז געווען גאָטס צאָל,
ווען פֿיל וואַסער איז אַרײַן אין די „באָורבאָן‟
און אין די גאַסן איז אַלץ פֿאַרלאָשן געוואָרן
אוי, חתן־כּלה זענען זיך געזעסן אין פֿריידן
זייער פֿרייד האָט דאָך קיינער נישט געשטערט
זיי האָבן געשריגן: ליבער גאָט וואָס טוטסטו אונדז צעשיידן,
אָבער דער פּרעזידענט האָט זיך צו זיי ניט צוגעהערט
אָט קענט איר הערן דאָס ליד:
און אָט, דערקלערט דניאל קאַהן וועגן דעם בראשית פֿונעם ליד „חורבן קאַטרינאַ‟ בעת אַן אינטימען קאָנצערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.