רבֿקה גאַלפּערן איז אַ סטודענקע אין דער האָנאָרס־פּראָגראַם אין „ברוך קאָלעדזש‟. זי שטודירט יידישע קולטור און געשיכטע דורך דער CUNY Baccalaureate for Unique and Interdisciplinary Studies Program. זי שרײַבט איר טעזע וועגן ה. לייוויקס ליטעראַרישער רעאַקציע צו דעם חורבן. זי שטאַמט פֿון ניו־יאָרק.
יעדעס יאָר פֿאָרט די משפּחה אין „שיפּסהעד־ביי‟, דער מאַמעס אַמאָליקער געגנט, צו באַזוכן אַ חבֿר, מאַכן אַ באַרבעקיו, און זיך אָפּרוען אין דער שטילער געגנט. עס איז געוויינטלעך פֿאַר מיר גאָר נודנע, אַ טאָג ווי אַלע אַנדערע. אָבער מיט בערך פֿיר יאָר צוריק, האָט עפּעס פּאַסירט, וואָס איז אויף אייביק אײַנגעקריצט געוואָרן אין מײַן זכּורן.
גייענדיק אויף די גאַסן מיט דער מאַמען, זײַנען אונדז פֿאַרבײַגעגאַנגען דרײַ אַלטע מענער. הערנדיק ווי זיי שמועסן אויף ייִדיש (אַ שפּראַך וואָס איך האָב דעמאָלט נישט געקענט), האָט די מאַמע זיך פּלוצלינג אומגעקערט און איז זיי נאָכגעלאָפֿן. איך בין געשטאַנען, פֿאַרגאַפֿט, ביז זי איז צו מיר צוריקגעקומען מיט טרערן אין די אויגן. „זיי האָבן גערעדט ייִדיש‟, האָט זי דערקלערט, „פּונקט ווי דער טאַטע פלעגט רעדן‟.
זינט איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, האָט די־אָ דערמאָנונג מיר אַ סך געשטערט. איך בין אַנטוישט, וואָס איך האָב נישט געקענט טיילן דעם מאָמענט מיט דער מאַמען. צוליב דעם האָב איך זיך הײַיאָר געשטרעבט פֿאַר אַ ציל; צו געפֿינען אַ געבוירענעם ייִדיש־רעדער, אַן אימיגראַנט פֿון אייראָפּע, אין „שיפּסהעד־ביי‟.
איך האָב זיך טאַקע געווידמעט דעם ציל. אָבער לכתּחילה האָבן די שאַנסן אויסגעזען זייער שלעכט. די מאַמע, שטענדיק סקעפּטיש, האָט געזאָגט, אַז די מענטשן וואָס מיר האָבן אַמאָל געזען, זײַנען מסתּמא, צום באַדויערן, געשטאָרבן. און טאָמער האָב איך געפֿונען עמעצן אויף דער גאַס, וואָס איך האָב געוואָלט פֿרעגן, „צי רעדט איר אפֿשר ייִדיש?‟ האָט זי אַרײַנגעלאָזט אין קאָפּ אַ ספֿק: „ער איז צו יונג, זי איז אַ רוסישע‟ און אַזוי ווײַטער. זײַנען מיר געקומען צו אַ באַשלוס, ס׳איז בעסער צו זוכן לעבן אַ שיל, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די מענטשן זײַנען טאַקע ייִדן.
אָבער עס איז געווען נאָכמיטאָג שבֿועות צײַט און די איינציקע שיל, וואָס מיר האָבן געפֿונען, איז געווען פֿאַרמאַכט. אַקעגן דער גאַס איז געשטאַנען אַ ייִד אויף זײַן גאַניק, וואָס האָט דערזען, ווי מיר האָבן געפּרוּווט אַרײַנגיין אין דער שיל.
„עס איז פֿאַרמאַכט‟, האָט ער געזאָגט אויף ענגליש. „וואָס זוכט איר?‟
„איך זוך אַ געבוירענעם ייִדיש־רעדער‟, האָב איך געענטפֿערט.
„פֿאַרוואָס?‟ האָט דער מאַן געפֿרעגט.
„ווײַל עס געפֿעלט מיר צו האַלטן אַ ייִדיש וואָרט אין מויל‟, האָב איך געזאָגט אויף ייִדיש.
„אָ, איר ווילט אַ מוהל?‟…. די מאַמע האָט, אַן אויפֿגערעגטע, מיר אַ צי געטאָן פֿאַרן אָרעם, און מיר זײַנען אַוועק פֿון דער שיל.
אויפֿן וועג צוריק האָבן מיר ווידער געזוכט, און איך האָב זיך געפֿילט ווי איך וואָלט אַנטדעקט אַן אוצר, ווען מיר זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען צוויי הײַזער, מיט מזוזות אויף די טירן, און מיט זקנות וואָס זענען געזעסן אויף די גאַניקעס, יעדער מענטש מיט זײַן אייגענעם געהילף. איך האָב געשטעלט די פֿראַגע זיי ביידע: „צי רעדט איר אפֿשר ייִדיש?‟
די פֿרוי אינעם רעכטן הויז האָט בלויז געשמייכלט. דער מאַן אינעם לינקן הויז האָט אויפגעהויבן די האַנט. אָבער ביידע געהילפֿן האָבן אונדז פֿאַרזיכערט, אַז קיינער דאָרט רעדט נישט קיין ייִדיש. מיר זײַנען זיי חושד געווען, אַז זיי האָבן אונדז סתּם געוואָלט אַוועקטרײַבן. אַנטוישט און אויסגעמוטשעט זײַנען מיר צוריקגעגאַנגען אין שטוב.
צוריק אין שטוב האָט דער טאַטע פֿאָרגעלייגט, מיר זאָלן באַזוכן אַן אַלט שטיבל, טאָמער עס שטייט נאָך אויף דער גאַס. נאָך אַ מאָל בין איך ארויסגעגאַנגען, די מאַמע און איר שלעכטע קני מיטגעשלעפּט. צוזאַמען זײַנען מיר געגאַנגען צו פֿוס, אַרום אַוועניוס „X‟ און „Y‟, און איבער דער 23סטער און 22סטער גאַס ביז מיר האָבן דאָס שטיבל געפֿונען. עס איז געשטאַנען פּונקט ווי די מאַמע האָט געדענקט, מיט אַ גרויסן, גאָלדענעם מגן־דוד.
אָבער עס איז נאָך געווען שבֿועות, און די טירן פֿונעם שטיבל זײַנען פֿאַרשלאָסן געווען. דורך אַ קליינעם פענצטערל האָט מען געקענט ארײַנקוקן, אָבער אַלץ איז געווען פֿאַרמאַכט און אויסגעלאָשן. איך האָב זיך אונטערגעגעבן. די מאַמע האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף די טרעפּ און געזיפֿט. פּונקט דעמאָלט האָט עפּעס זיך גערירט הינטער דער טיר.
אַ נידעריקער מאַן איז אַרויסגעקומען. ווען מיר האָבן אים דערציילט וועגן אונדזער ציל, האָט ער געזאָגט, אַז ייִדיש איז געווען זײַן מאַמע-לשון, אָבער ער האָט זי אויפֿגעהערט רעדן ווען מע האָט אים קינדווײַז געשיקט קיין קאָלאָראַדאָ צוליב זײַן אַסטמע. ער האָט צוגעגעבן, אַז ער קען אַן אַלטן מאַן פֿון רוסלאַנד, וואָס רעדט ייִדיש, אָבער ער קומט געוויינטלעך אין דער פֿרי, און מיר האָבן נאָר געקענט בלײַבן ביז דער נאַכט. ער האָט אונדז פֿאָרגעלייגט צו קומען 7:30 סײַ ווי סײַ, טאָמער עפּעס אַ ייִדיש־רעדער וועט זיך באַווײַזן.
מיר האָבן געפֿאָלגט זײַן עצה, און זײַנען נאָך איין מאָל צוריקגעגאַנגען צום שטיבל. מיר זײַנען געשטאַנען בײַם אַרײַנגאַנג. עטלעכע מענער זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען און אַרײַן אין שיל, אָבער איך האָב מורא געהאַט זיי צו פֿרעגן. באַלד האָט עמעצער אָנגעהויבן שמועסן מיט אונדז, אָבער מע האָט געוווּסט פֿון זײַן ייִדיש־אַרויסרעד אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע. ס’איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו רעדן מיט אים, אָבער איך האָב נאָך נישט דערגרייכט מײַן הויפּט-ציל: צו געפֿינען אַ ייִדיש־רעדער פֿון אייראָפּע. די צײַט איז געלאָפֿן. עס האָט אויסגעזען, אַז איך וועל זיכער דורכפֿאַלן.
אָבער פֿון דער ווײַטנס, האָב איך געזען זייער אַן אַלטן מאַן. חיים, דער אַמעריקאַנער מיט וועמען איך האָב פֿריִער גערעדט, האָט געוויזן אויף אים און געמאָלדן: „אָ, דו ווילסט ייִדיש? ער איז פֿון רומעניע!‟
איך בין געזעסן אויף שפּילקעס ביז ער איז צו אונדז צוגעקומען. די מאַמע האָט באַמערקט, אַז ער איז מסתּמא איינער פֿון די מענער, וואָס זי האָט געזען מיט יאָרן צוריק. מיר האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט. זײַן נאָמען איז געווען הערש־לײב, און ער האָט געזאָגט, אַז ער שטאַמט פֿונעם זעלבן שטעטל ווי אלי וויזעל. ער האָט נישט גערעדט אַ בעסאַראַבער ייִדיש ווי איך האָב דערוואַרט אָבער פֿאָרט אַ פּרעכטיקן, היימישן ייִדיש — פּונקט וואָס איך האָב געזוכט.
„ווי איך זאָל קריגן אַ פֿונט גאָלד‟, האָט הערש־לייב געזאָגט, „אַזאַ מין מאַן זאָלסטו קריגן‟.
מיר האָבן גערעדט ביז די אַנדערע מענער אין שיל האָבן געטענהט נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל אַז ס’איז שוין צײַט צו דאַווענען. מיר זײַנען געבליבן רעדן ביז דער סאַמע לעסטער מינוט. ווען דער שמועס האָט מער נישט געקענט דויערן, האָב איך זיך געזעגענט מיט אים „ביז הונדערט און צוואַנציק‟.
„אַז מע לעבט שוין אַזוי לאַנג‟, האָט ער געענפֿערט, „זײַנען די יאָרן שוין גענוג‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.