Vayter

מײַן זיידע הערבערט לעדער

My Grandfather Herbert Leder

פֿון האָדעלע טאָפֿלער

  • Print
  • Share Share
די מחברטע ווי אַ קליין קינד מיט איר זיידן

מײַן זיידע איז געווען הערבערט לעדער. ער איז געבוירן געוואָרן דעם 15טן אויגוסט, 1927, אין ווין, עסטרײַך. ער האָט געהאַט א ברודער, דשאַק, וואָס איז געבוירן געוואָרן 11 יאָר נאָך אים. זײַן מאַמעס נאָמען איז געווען האָדל (הילדע) ביבער און זײַן טאַטנס נאָמען איז געווען ריטשאַרד לעדער. מײַנע עלטערן האָבן מיך אָנגערופֿן נאָך הילדען אין ייִדיש.

ער איז אויפֿגעוואַקסן אין ווין, עסטרײַך, מיט זײַן מאַמען און טאַטן. ער איז געבוירן געוואָרן פֿאַרן חורבן. הערבערט האָט זיך געלערנט אין אַ שול אין עסטרײַך ביז 1938 (ווען ער איז געווען 11 יאָר אַלט). ער האָט זיך געלערנט אין אַ גענעראַלער פֿאָלק־שול מיט ייִדישע און ניט־ייִדישע קינדער. די ייִדישע קינדער זײַנען געבליבן באַזונדער פֿון די נישט-ייִדישע קינדער, ווײַל עס איז דעמאָלט געווען אַ סך אַנטיסעמיטיזם.

ווען ער איז געווען 11 יאָר אַלט זײַנען הילדע, ריטשאַרד און הערבערט אַנטלאָפֿן קיין בעלגיע צוליב דעם חורבן, און ער האָט דעמאָלט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן די שול צוליב דעם, וואָס ער איז געווען אַ ייִד.

צום גליק, האָט הערבערט געקענט פֿײַערן זײַן בר-מיצווה און לערנען זיך זײַן פּרשה אױף אַן ענלעכן אופֿן ווי הײַנט-צו-טאָג. ער האָט געדאַרפֿט שטודירן אין געהיים, ווײַל עס איז געווען אין דער צײַט ווען די נאַציס זײַנען געווען אין בעלגיע. עס זײַנען נישט געווען קיין סך מענטשן בײַ זײַן בר-מיצווה, ווײַל מען האָט שוין געשיקט זײַן טאַטע אין אַ לאַגער. בלויז הערבערט, האָדל, האָדלס מאַמע און דזשאַק זײַנען געווען אויף דער בר־מיצווה.

ווען די נאַציס האָבן געהייסן, מע זאָל טראָגן די געלע לאַטעס האָבן הערבערט, האָדל און דזשאַק אויך געדאַרפֿט טראָגן זײ, אָבער זיי האָבן פּרובירט צו באַקומען פֿאַלשע פּאַפּירן, כּדי מע זאָל מיינען, אַז זיי האָבן געשטאַמט פֿון בעלגיע, ווײַל זײ האָבן געוואָלט אַרבעטן און בלײַבן לעבן.

מען האָט געשיקט הערבערטס טאַטע ריטשאַרד אין אַ לאַגער אין דרום־פֿראַנקרײַך, וווּ די נאַציס זײַנען פֿריִער נישט געווען. אין 1942 איז אַ פּראָ-נאַצישע רעגירונג געקומען צו דער מאַכט. אין דער צײַט האָט ריטשאַרד געאַרבעט אין אַ פֿראַנצויזישער פֿאַבריק. ווען דער נאַצי פּיער לאַוואַל איז געקומען צו דער מאַכט, האָט ער אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל, אַז מען זאָל אַלע ייִדן צוריקשיקן אין לאַגער.

ריטשאַרד האָט געוווּסט, אַז די דײַטשן וועלן אים כאַפּן. ער האָט פּרובירט צו אַנטלויפֿן אין דער שווייץ, אָבער מען האָט אים געכאַפּט און מען האָט אים איבערגעגעבן צו די נאַציס בײַ דער גרענעץ פֿון פּאַריז. שפּעטער האָט מען אים געשיקט קיין אוישוויץ, וווּ ער איז דערהרגעט געוואָרן.

נאָך דער מלחמה האָבן זיי געהערט פֿון הילדעס ברודער, וואָס איז שוין געווען אין אויסטראַליע. ער איז געפֿאָרן פֿון ענגלאַנד מיט דער שיף ׳דונעראַ׳. ער האָט זיי געשיקט דערלויבענישן צו פֿאָרן קיין אויסטראַליע און זיי זײַנען אָנגעקומען אין מאַרץ, 1948.

הערבערט האָט געאַרבעט בײַ ׳קאָדאַק׳ עטלעכע יאָר, און נאָך דעם האָט ער אָנגעפֿירט מיט זײַן אייגענעם געשעפֿט.

הערבערט האָט זיך געטראָפֿן מיט מײַן באָבען, וויוואַ, בײַ אַ גרופּע וואָס טאַנצט, זינגט און שפּילט טעאַטער אין אַלבערי. ער האָט באַקומען איר טעלעפֿאָן־נומער און ווען ער איז צוריקגעקומען קיין מעלבורן, האָט ער איר אָנגעקלונגען. אַזוי האָט זייער באַציִונג זיך אָנגעהויבן.

זיי האָבן חתונה געהאַט אין 1954 בײַ דער „סיינט־קילדאַ‟ שיל. דער קבלת-פּנים איז געווען בײַם „סעמיול־מײַערז‟־זאַל, לעבן דער שיל.

דעם 7טן אויגוסט, 1957, אין „מאַרגאַרעט-קאַלז הויז‟, איז מײַן מומע דעבי געבוירן געוואָרן. מיט צוויי יאָר שפּעטער איז מײַן מומע דזשולי געבוירן געוואָרן אין דער דזשעסי מיקפֿערסאָן שפּיטאָל. צען יאָר האָט די לעדער־משפּחה געלעבט בשלום ביז דעם 18טן דעצעמבער, 1969, ווען מײַן מאַמע מאַרעלין איז געבוירן געוואָרן, און די לעדער־משפּחה איז נאָך אַ מאָל געוואָרן משוגע.

הערבערט האָט אונטערגעשטיצט די „באָמערס‟ פֿוסבאָל מאַנשאַפֿט און איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער „בני-ברית‟ אָרגאַניזאַציע.